0:00געשיכטע שבעל־פּה אינטערװיו מיט װיליאַם
(װעלװל זאב) גוד
קריסטאַ װיטני: דיס איז קריסטאַ װיטני, אַנד
אײַ אַם היר אין װעסט קאָװינאַ,
קאַליפֿאָרניע װיט װיליאַם זאב גוד. אַנד װע
אַר גאָאינג טו רעקאָרד אַן אינטערװיו אַז
פּאַרט אָף די ייִדיש בוק צענטער׳ס װעקסלער
אָראַל היסטאָרי פּראָדזשעקט. טאָדײַ איז
אָקטאָבער סעװענטינד, טו־טאָזאַנט־סיקסטין.
דו אײַ האַװ יאָר פּערמישאָן טו רעקאָרד? [דאָ
רעדט קריסטאַ װיטני. איך בין דאָ אין מערבֿ
קאָװינאַ, קאַליפֿאָרניִע מיט װיליאַם זאב
גוד. מיר װעלן מאַכן אַ רעקאָרדירונג, אַן
אינטערװיו אַלץ טײל פֿון דעם פּרױעקט פֿון
געשיכטע שעל בעל־פּה אױפֿן נאָמען פֿון
װעקסלער פֿונעם ייִדיש־ביכער צענטער. הײַנט
איז דעם זיבעצטן אָקטאָבער, צװײ טױזאַנט
זעכצן. צי האָב איך אײַער דערלױבעניש דאָס צו רעקאָרדירן?]
װיליאַם גוד: אָף קאָרס [אַװדאי].
ק"װ: גוד [גוט].
ק"װ: איך האָב געװאָלט פֿרעגן, פֿון װאַנען
שטאַמט דער משפּחה?
װ"ג: אָלרײַט [גוט]. ערשטנס, קען איך מאַכן -- איך
װיל מאַכן עטלעכע באַמערקונגען.
ק"װ: יאָ.
װ"ג: ייִדיש איז מאַמע־לשון אָבער דער אמת איז,
1:00אַז איך האָב ניט גערעדט ייִדיש פֿיל יאָרן.
פּשוט איך האָב ניט -- זײַנען ניטאָ קײן מענטשן
מיט װעלכע איך קען רעדן ייִדיש. דער לעצטער
מעטנטש מיט -- אַראָנטשיק קאַגאַן פֿון װילנע,
װעלכער איז געװען אײנער פֿון די מיטגלידער
פֿון אַבא קאָװנערס פּאַרטיזאַנער -- איז
געשטראָבן. און ער איז דער אײנציקער מענטש מיט
װעלכע איך האָב גערעדט ייִדיש. אָבער דאָך
ייִדיש איז מאַמע־לשון. דאָס איז אײנע פֿון די
צען שפּראַכן װאָס איך רעד. געװיסע שפּראַכן
קען איך אַ סך בעסער װי אַנדערע. לאָמיר זאָגן
-- העברעיִש, און פּױליש, און איטאַליעניש, און
רוסיש -- אָבער אין דעם תּלמוד איז דאָ אַ
2:00װאָרט אין אַראַמעיִש: "גירסא דינקותא לא
משתּכחא." דאָס הײסט אַז, דאָס לערנען פֿון
יוגנט װערט ניט פֿאַרגעסן. אַזױ אַרום װעל איך
באַמיִען זיך צו דערצײלן אײַך װאָס איר װילט
װיסן אין ייִדיש, אָבער אױב איך װעל האָבן --
געװיסע װערטער װעלכע מיר װעלן פֿעלן, װעל איך
איבערגײן צו אַן אַנדער שפּראַך. און אױף
װיפֿל איך פֿאַרשטײ װאָלט ענגליש געװען דאָס
בעסטע שפּראַך. אָלרײַט [גוט].
ק"װ: יאָ, אָבער די אַנדערע שפּראַכן -- מיר
קענען געפֿינען עמעצער װאָס װעל פֿאַרשטײן.
אַז -- װאָס איז אײַך באַקװעם.
װ"ג: יע, איך פֿאַרשטײ. איך װײס. נײן, איך גלײב
3:00אַז עס װעט זײַן פּשוטער און לײַכטער אַז אױב
איך רעד ייִדיש און אױב איך קען ניט געפֿינען
אַ פּאַסיקן װאָרט אין ייִדיש, װעל איך דאָס
זאָגן אין ענגליש.
ק"װ: גוט, אַז -- פֿון װאַנען שטאַמט דער משפּחה?
װ"ג: די משפּחה -- מײַן מוטער איז געװען די
טאָכטער פֿון אַ חסידישן ייִד, פֿון -- ניט
פֿון די געגענט -- פֿון מינסק. און מײַן
פֿאָטער איז געװען -- פֿון אַ לאַטװישן גרענעץ.
און זײ האָבן זיך געטראָפֿן פֿאַרשטענדלעך
נאָך דעם װען מײַן פֿאָטער האָט געענדיקטע די
4:00ישיבֿה. ער איז געװען -- ער האָט געהאַט רבנותס,
סמיכות אױף רבנות. און זײ האָבן זיך באַקאַנט.
מײַן פֿאָטער איז פֿאַקטיש געבױרן געװאָרן
אין דוקשט. און דוקשט -- און ער איז געװען אַ
זון פֿון אַ װאַלד־סוחר.
ק"װ: און װער איז געװען אײַער טאַטנס רבי?
װ"ג: מײַן פֿאָטערס רבי איז געװען זײַן פֿעטער,
דאָס הײסט זײַן מוטערס ברודער, װעלכער איז
געװען דער ראָש־ישיבֿה פֿון מיר. יוסף שלמה
גורעװיטש איז געװען דער ראָש־ישיבֿה פֿון דער
מיר. די געשיכטע איז, אַז מײַן פֿאָטער איז
5:00געװען אַ װאַלדס־ -- מײַן פֿאָטערס פֿאָטער,
מײַן זײדע, װעלכער האָט געהײסן חנא װעלװל.
אַלזאָ בין איך געװען, גערופֿן לױט אים. און
מײַן נאָמען אין ייִדיש איז געװען װעלװל. און
מײַן קוזין אין דרויע איז געװען חנא. ער איז
געװען זײער אַ שטאַרקער מענטש. און ער איז -- ער
האָט געהאַנדלט מיט װלאַד. און אַז די פּױלישע
אַרבעטער האָבן ניט געקענט אױפֿהײבן אַ גרױסע
שטיק פֿון האָלץ אױפֿן װאָגן -- און עס זײַנען
געװען דרײַ און דאָס ניט געקענט רירן, האָט ער
געזאָגט, "גיט -- גיט -- גיט אױף דער זײַט. איך
װעל דאָס אָפּ -- איך װעל דאָס אױפֿהײבן. און ער
אַלײן האָט דאָס אױפֿגעהײבן. אָבער ער געהאַט
6:00אַ הערניע, אַ קילע הײסט דאָס אין ייִדיש. און
אַז ער איז געקומען אין װילנע, האָט מען אים
ניט געקענט אָפּערירן. האָט ער געדאַרפֿט
פֿאָרן אין װאַרשע. און אין װאַרשע -- אין דער
צײַט װאָס ער איז געקומען קײן װאַרשע, האָט ער
געהאַט אַ פּעריטאָניט, און ער איז געשטאָרבן
פֿון אַ פּעריטאָניט. די אַלמנה -- דאָס הײסט
די מוטער פֿון מײַן פֿאָטער -- האָט געהאַט
זיבן קינדער. און מײַן פֿאָטער איז געװען דער
עלטסטער פֿון די קינדער. ער האָט געװען כּמעט
צװעלף יאָר. עלף אַ האַלבע יאָר. איז בכדי צו
פֿאַרלײַכטערן די מוטער מיט שפּײַזן די
קינדער, איז ער געפֿאָרן צו דעם פֿעטער אין
מיר צו שטודירן אין דער ישיבֿה. אַזױ אַרום זי
7:00האָט געהאַט אײן מױל װײניקער צו געבן עסן. און
זי האָט געאַרבעט אױפֿן באַנהױף. זי פֿלעגט
פֿאַרקױפֿן װאַרעמע עסן צו די פּאַסאַזשירן
פֿון דעם באַן.
ק"װ: און פֿון דער מוטערס צד -- װאָס איז דער --
װײסט איר?
װ"ג: פֿון די מוטערס צד איז געװען -- איז אַן
אַנדער געשיכטע. מײַן מוטער איז געװען אַ
פּראָגרעסיװע פֿרױ, און זי האָט -- איר פֿאָטער
איז געװען אַ חסיד. און די היסטאָריע איז, ער
איז געװען פֿיזיש זײער שטאַרק. אין ערשטן
קריג, אַז אַ קאָזאַק איז געקומען צו ראַבירן
אים פֿון -- און געפֿאָדערט, "גיב מיר דײַן
8:00גאָלד, דו ייִד!", האָט ער אַרױסגענומען אַ --
אַרױסגעריסן פֿון דעם קאָזאַק זײַן
װינטאָװקע, דאָס הײסט זײַן געװער. און ער האָט
אים אַרױסגעשטופּט צו צװײ -- טירן. און
נאָכהער, האָט דער קאָזאַק -- איז אָט דער
קאָזאַק געקומען, האָט געשיקט זײַנע פֿרײַנט
צו בעטן בײַ דעם -- בײַ מײַן מוטערס פֿאָטער, ער
זאָל אים אָפּגעבן זײַן געװער. װײַל ער האָט
ניט געקענט קומען צו זײַן אַטריאַד, צו זײַן
אײנהײ -- אײניקײט -- אײנהײט מיט -- אָן זײַן
געװער. מײַן מוטער האָט ניט געװאָלט -- איז
9:00געװען פּראָגרעסיװ, און זי האָט באַשלאָסן צו
גײן אין מינסק און שטודירן אין גימנאַזיע.
אָבער זי האָט ניט געקענט זײַן אַ מיטגלידער
פֿון די מינסקער באַפֿעלקערונג. איז זי געװען
אַן עסקטערן. דאָס הײסט, אַז צו ענדע פֿון דעם
יאָר פֿעלגט זי קומען נעמען די עקזאַם -- די
עקזאַמענס, מיט די אַנדערע שילער פֿון די
גימנאַזיע. און צו מאַכן -- צו אױפֿהאַלטן זיך
איז זי געװען אַ שנײַדערין. און זי האָט
געענדערט -- זי האָט געענדיקט אַ רוסישע
גימנאַזיע, און זי האָט געשריבן פּאָעזיע אין
רוסיש און אין ייִדיש. און זי האָט געהאַט
זײער אַ שײנעם קול. און זי האָט געזונגען זײער שײן.
10:00
ק"װ: און װי האָט זי געהײסן?
װ"ג: חנה. און אָר [אונדזער] טאָכטער -- האָבן
מיר -- אַז מיר זענען געקומען קײן אַמעריקע,
האָבן מיר ניט געװוּסט װי צו געבן אַ נאָמען
איר -- אױף חנה -- האָבן מיר גערופֿן "אַן". אָבער
װען זי איז אױסגעװאַקסן, האָט זי געזאָגט,
"פֿאַר װאָס האָט איר מיר גערופֿן 'אַן' און
נאָט [ניט] 'חנה'?" װײַל מיר זענען געװען זײער
גרין און מיר האָבן ניט געװוּסט אַז ס'איז דאָ
אַן ענגלישער נאָמען "חנה". האָט זי דאָס
געביטן אָפֿיציעל און זי הײסט יעצט חנה -- חנה
מאַרגאַרעט. אָבער װען זי זאָגט איר נאָם --
איר נאָמען, זאָגט זי "חנה".
ק"װ: װי זענט איר אױפֿגעװאַקסן? װוּ זענט איר אױפֿגעװאַקסן?
11:00
װ"ג: איך בין אױפֿגעװאַקסן אין אַ דאָרף, ניט
װײַט פֿון אַ שטעטל װאָס הײסט נעמענטשין. און
אין דאָרף זײַנען געװען נאָר דרײַ הײַזער.
אונדזער הױז -- דאָס הײסט, מײַן פֿאָטער, מוטער,
מײַן יונגער -- ייִנגערער ברודער און איך. און
די אַרבעטער זענען געװען -- פֿון דער
טערפּענטינאַרניע. װײַל מײַן פֿאָטער איז
געװען אַ רבֿ, אָבער אַזױ װי די רבנים אין די
אַלטע צײַטן -- זײ האָבן זיך ניט פֿאַרנומען
מיט רבנות אַלס אַ פֿאַך, װי עס איז דער שטײגער
אין אַמעריקע. אָבער זײ -- אין די אַלטע צײַטן
זײַנען די גרױסע רבנים געװען שוסטער, און
שמידן, און -- טײלאָרס [שנײַדערס]. װי --
12:00
ק"װ: שנײַדער?
װ"ג: -- שנײַדערס. און זײ -- האָט מײַן פֿאָטער --
איז מײַן פֿאָטער געגאַנגען אין דעם זעלבן
געשעפֿט װאָס מײַן מוטערס -- זײַן שװער איז
געװען. און ער איז געהאַט -- דער שװער האָט
געהאַט אַ טערפּענטינאַרניע. דאָס הײסט אַ
פֿאַבריק פֿון טערפּענטין. האָט מײַן פֿאָטער
געהאַט אױך אַ פֿאַבריק פֿון טערפּענטין.
נאָר פֿאַקטיש, װיל איך אײַך זאָגן, אַז איך
בין געבאָרן געװאָרן ניט אין נעמענטשין, װוּ
איך האָב געלעבט פֿון דעם עלטער פֿון צװײ
יאָר. איך בין געבאָרן געװאָרן אין סטאָלפּצע.
און מײַנע -- מײַן פּירסום צו דעם שטאָט איז
13:00אַז איך בין געבױרן געװאָרן -- איך בין געװען
אין ישׂראל אױף אַן אינטערנאַציאָנאַלן
קאָנגרעס אין טױזנט נײַן הונדערט אַכט און
זעכציקן יאָר. זײַנען מיר געװען אײַנגעלאַדן
צו דעם פּרעזידענט פֿון ישׂראל אין דעם -- אין
אָװנט. האָט ער אַלעמען געגריסט אין ענגליש
און איך האָב אים געענטפֿערט אין עבֿריתּ, אין
העברעיִש. פֿרעגט ער מיר, "פֿון װאַנעט קענסטו
העברעיִש?" זאָג איך, "איך האָב געלערנט אין
װילנע, אין תּרבותּ־גימנאַזיע, העברעיִש."
פֿרעגט מיר זלמן שזר, דער צװײטער פּרעזידענט
אָף [פֿון] ישׂראל -- "דו ביסט געבאָרן געװאָרן
14:00אין װילנע?" זאָג איך אים, "פֿאַקטיש, איך זאָג
אַז אין װילנע, אָבער גענױ געזאָגט בין איך
געבאָרן געװאָרן אין אַ קלײן שטעטל ניט װײַט
פֿון װילנע." זאָגט ער, "װאָס איז דער נאָמען
פֿון שטעטל?" זאָג איך, "איך בין זיכער אַז איר
האָט קײן מאָל ניט געהערט פֿון אַזאַ מין
אָרט." זאָגט ער, "נו, פּרוביר, זאָג מיר װוּ
ס'איז געװען." זאָג איך, "סטאָלפּצע." זאָגט ער,
"סטאָלפּצע! דו װײסט דעם נאָמען פֿון דעם
אַקושער װאָס האָט צוגענומען דיר פֿון דײַן
מוטער?" זאָג איך, "יע. ער האָט געהײסן דאָקטער
גרינבערג." זאָגט ער, "דאָס איז געװען דער
אַקושער װאָס האָט צוגענומען מיר פֿון מײַן
מוטער." סאָ, דען [נו, דעמאָלט] -- דאַן האָבן
מיר אָנגעפֿאַנגען אַ לאַנגן געשפּרעך, און
אַלע פֿאָטאָגראַפֿירן -- אַלע
15:00פֿאָטאָגראַפֿער האָבן גענומען אַ סך, אַ סך,
צענדליקער פֿאָטאָגראַפֿיעס מיט מיר און
זלמן שזר. און דאָס איז געװען זײער אַן
אינטערעסאַנטע געשפּרעך מיט אים. שפּעטער
האָב איך מיט אים גערעדט--אַנדערע זאַכן. נאָר
דאָס איז געװען דער ערשטער אױפֿטרעף מיט זלמן שזר.
ק"װ: און --
װ"ג: דאָס איז אַ דרך־אַגבֿ -- בײַ די װײ [אַגבֿ] געשיכטע.
ק"װ: יאָ, אינטערעסאַנט. װאָס זײַנען די ערשטע
פֿון אײַערע זכרונות אין לעבן? די ערשטע װאָס
איר געדענקט פֿון לעבן -- װאָס געדענקט איר?
װ"ג: מײַנע ערשטע זכרונות פֿון לעבן -- איך האָב
זײער שײנע זכרונות פֿון לעבן, פֿון מײַן
קינדהײט. װײַל איך בין -- מײַן הױז איז געװען
16:00אין מיטן פֿון אַ גרױסע פֿעלד װעלכע אין
פֿרילינג פֿלעגט זײַן -- און זומער, פֿלעגט
זײַן פֿול -- די שײנע בלומען, זײער שײנע בלומען.
און זײַנען געװען נאָר עטלעכע הײַזער. און
מײַנע פֿרײַנט זײַנען געװען די צװײ ייִנגלעך,
פּױלישע ייִנגלעך. זײַנען געװען פֿאַקטיש
בעלאָרוסישע, אָבער זײ האָבן גערעדט פּױליש.
די -- די קינדער פֿון דעם אַרבעטער אין דער
טערפּענטינאַרניע פֿון מײַן פֿאָטער, און
מײַן אַנדער פֿרײַנט איז געװען אַ קינד פֿון
בילעװיטש -- קאַזימירז־בילעװיטש. און ער איז
געװען אַ קינד פֿון דעם אױפֿזיכטער פֿון
17:00װאַלד, פֿון דעם װאַלד. און דאָס זײַנען געװען
מײַנע פֿרײַנט. און -- ס'איז געװען זײער שײן.
דער אומגעגנט איז געװען זײער שײן. דער זומער
פֿלעג איך פֿאַרברענגען אַ סך בײַ דעם -- ריװער
[טײַך] --
ק"װ: בריק?
װ"ג: נײן, נײן --
פּערל גוד [פֿון אַנדער צימער]: טײַך!
װ"ג: טײַך, יע -- בײַם טײַך אױפֿן קאַיאַק. און
אַ סך אױפֿן פֿערד, פֿלעג -- פֿון קינדװײַט
װאָס -- פֿון ערשטע קינד -- קינדהײט מיר האָבן
18:00געהאַט פֿערד װעלכע מײַן פֿאָטער האָט
געדאַרפֿט האָבן צו דער פֿאַבריק. אַזױ אַרום
פֿלעג איך שטענדיק פֿאָרן אױפֿן פֿערד, אָן
פֿאַרשטײטלעך -- פֿאַרשטענדלעך אָן אַ זאָטל.
און מײַן קינדהײט איז געװען זײער שײן. אַז איך
האָב געדאַרפֿט פֿאַרדינען אַ ביציקלעט, האָב
איך געדאַרפֿט אױסלערנען -- האָב איך
געדאַרפֿט אױסלערנען זיך די ערשטע פֿערציק
קאַפּיטלען פֿון דעם נבֿיא ישעיהו א. אױף
אױסװײניק -- בײַ האַרט. און נאַכער מײַן
פֿאָטער און מײַן לערער האָבן מיר
עקזאַמינירט, און אַז איך בין -- אַז איך האָב
דורכגעגאַנגען גוט דעם עקזאַם, האָב איך
19:00באַקומען מײַן ערשטן ביציקלעט.
ק"װ: אַז -- צי קענט איר שילדערן אײַער הײם? װי
האָט עס אױסגעזען?
װ"ג: װי האָט אױסגעזען אין אַר [אונדזער] הײם?
מײַן מוטער איז געװען זײער אַ גוטע
בעל־הביתטע. און זי איז געװען אַ זײער
האַרציקע פֿרױ. און אַ סך מענטשן װעלכע האָבן
ניט געהאַט קײן עסן, און זײ פֿלעגן קומען אין
נעמענטשין, אין די שטעטל ניט װײַט פֿון אונדז
צו בעטן עסן. פֿלעגן זײ זאָגן, "גײן צו -- גײ
אַװעק צו חנה גדוד. דו װעסט דאָרטן ניט זײַן
הונגעריק -- װעסט ניט בלײַבן הונגעריק." און זי
איז געװען זײער האַרציק צו העלפֿן מענטשן.
לאָמיר זאָגן, עס זײַנען געװען קראַנקע
20:00מענטשן, פֿלעגט זי גײן אין שטעטל געבן זײ
קליסטירן, אָדער לײגן באַנקעס. פּשוטע זאַכן
צו העלפֿן מענטשן.
ק"װ: צי קענט איר זאָגן אַ ביסל מער װעגן די
פֿאָלקס־מעדיצין און מעדיצין װאָס איר האָט
געהאַט אין די קינדער־יאָרן?
װ"ג: יע, געװען זײער, זײער פּרימיטיװ,
פֿאַרשטענדלעך. איך האָב געהאַט אַ
לונגען־אָנצינדונג דרײַ מאָל אין מײַנע
יונגע יאָרן. איז די ערשטע פּאָר יאָרן האָב
איך ניט -- געדענק איך ניט. װײַל איך בין געװען
צװײ אָדער דרײַ יאָר. אָבער איך געדענק אַז
איך בין געװען -- מער װײניקער פֿינף אָדער זעקס
יאָר. האָב איך געהאַט אַ לונגען־אָנצינדונג,
און דער דאָקטער איז געװען אַן אַלגעמײנער
דאָקטער. ער איז געװען פֿאַקטיש אַ
קינדער־דאָקטער. אָבער ער האָט געמאַכט זײַן
21:00ערשטע אַרבעט אַלס אַן אַלגעמײנער דאָקטער.
האָבן מײַנע עלטערן אים גערופֿן, און ער איז
געקומען צו אונדז. און איך האָב געהאַט אַ
גרױסע היץ. איך גלײב אַז ס'איז געװען פֿערציק,
אײן און פֿערציק צעלזיוס. און איך געדענק נאָר
אַז ער האָט גערעדט זײער שטיל מיט מײַנע
עלטערן. און ער האָט געזאָגט זײ אַז דאָס איז
די קריטישע נאַכט. אױב ער װעט איבערלעבן ביז
מאָרגן, װעט ער אױסלעבן. און אױב ניט, װעט ער
שטאַרבן הײַנט בײַ נאַכט. דאָס זײַנען געװען
זײַנע װערטער. און איך האָב דאָס געהערט.
אָבער איך האָב ניט פֿאַרשטאַנען, װאָס הײסט
דאָס שטאַרבן? װאָס װעט זײַן פֿון מיר װען איך
װעל שטאַרבן? ס'איז אינטערעסאַנט אַז דאָס איז
די אײנציקע זאַך װאָס איך האָב געהערט. אָבער
איך האָב ניט פֿאַרשטאַנען דעם באַגריף פֿון
22:00װאָס הײסט שטאַרבן. צו ענטפֿערן אײַער
פֿראַגע -- בדרך־כּלל איז געװען זײער אַ
פּרימיטיװער לעבן. מיר האָבן ניט געהאַט קײן
רעפֿרידשעראַטאָר [פֿרידזשידער]. ס'איז געװען
אַ קעלער, װוּ דאָרטן האָט מען געהאַלטן אײַז --
ק"װ: אײַז?
װ"ג: לעד [רוסיש: אײַז] איך װײס ניט װי מע זאָגט
אױף ייִדיש.
ק"װ: איך מײן אַז דאָס איז "אײַז" --
װ"ג: "אײַז", איך גלײב "אײַז" -- יאָ. און די מוטער
פֿלעגט -- האָט געהאַט אַ גאָרטן, װאָס זי
פֿלעגט װאַקסן פּאָמידאָרן און ציבעלעך און
פֿאַרשײדענע גרינסן. און איך פֿלעג דאַרפֿן
געפֿינען -- די הינער פֿלעגן לעגן -- לײגן אײער.
23:00איך פֿלעג דאַרפֿן געפֿינען די אײער. און די
מוטער האָט מיר אױסגעלערנט װי צו מעלקן די
בהמה. פֿלעג איך -- איך האָב שױן געהאַט זיבן,
אַכט יאָר, (לאַכט) פֿלעג איך מעלקן די בהמה.
און די מוטער פֿלעגט מאַכן פֿון דעם סמעטענע
און זױער־מילך און פֿאַרשטענדלעך פּוטער. און
איך געדענק, איך פֿלעג האַקן מיט אַ װערי
[זײער] פּרימיטיװן מכשיר די פּוטער. ס'איז
געװען זײער אַ פּרימיטיװע לעבן. אַז איך בין
אױסגעװאַקסן נאָר איך האָב געדאַרפֿט גײן אין
שול, האָב איך געדאַרפֿט גײן אין ניעמענטשין.
דאָס איז געװען די שטעטל ניט װײַט פֿון
אונדזער דאָרף. מער־װײניקער אַ -- ניט קײן
24:00פֿולע צװײ -- צװײ קילאָמעטער. נײן, אפֿשר צװײ --
צװײ -- צװײ האַלבע קילאָמעטער. ניט קײן פֿולע --
מײַבי [עפֿשר] אָנדערטהאַלבן מײַלס [מײַלן],
מער־װײניקער. און כ'פֿלעג דאַרפֿן דורכגײן אַ
װאַלד. האָט מיר מײַן מוטער געגעבן אַן
אַטלאַס פֿון פֿאַרשײדענע פֿײגעלעך. אַז איך
פֿלעג גײן דורכן װאַלד, פֿלעג איך קוקן מײַן
אַטלאַס און אידענטיפֿיקירן די פֿאַרשײדענע
פֿײגעלעך. אַזױ האָב איך זיך באַקאַנט מיט
מײַנע סבֿיבֿה. װינטער איז געװען אַ שװערע
זאַך װײַל ס'איז געװען סכּנהדיק דורכגײן דעם
װאַלד װײַל די -- אואָלף --
25:00
ק"װ: װאָלף?
װ"ג: די װאָלפֿן פֿלעגן באַפֿאַלן מענטשן. זײַ
זײַנען געװען זײער הונגעריק. פֿלעגן זײ
באַפֿאַלן מענטשן. האָב איך זײער מורא געהאַט.
פֿלעג איך נאָרמאַל פֿאָרן מיט אײנער פֿון די
אַרבעטער פֿון דער טערפּענטינאַרניע. פֿלעג
איך פֿאָרן מיט אַ שליטן קײן -- צו דער שול. אין
שול -- אין מײַן שול -- דאָס איז געװען אַ
העברעיִשע תּרבות־שול, װעלכע אַלע --
ק"װ: אײדער מיר גײן אין שולע, קען איך פֿרעגן
פֿון די הײם אַ ביסל מער?
װ"ג: ביטע? יע?
ק"װ: אײדער מיר גײען אַרײַן אין שולע --
װ"ג: יע, שור [זיכער].
ק"װ: פֿון װאַנעט איז געמאַכט אײַער הײם, אײַער
שטוב? איז געמאַכט פֿון האָלץ?
26:00
װ"ג: האָלץ, יע.
ק"װ: און װי האָט עס אױסגעזען? װיפֿל צימער, װי
-- װאָס איז געװען?
װ"ג: ס'איז געװען מער־װײניקער דרײַ צימערן. איז
געװען אַ -- איך זוך פֿאַר דעם ייִדישן װאָרט.
קיטטשען [קיך] -- װי זאָגט מען "קוכניע [רוסיש: קיך]"?
ק"װ: אין קיך?
װ"ג: איך קיך, יע. (לאַכן) אין קיך, און נאַכער
איז געװען אַן אָרט װוּ מיר פֿלעגן עסן און
נאַכער איז געװען דער אָרט װוּ מיר זײַנען
געשלאָפֿן. ס׳אי געװען -- דרײַ צימערן. נאַכער
האָט דער פֿאָטער אױסגעבױט אַ פּלאַץ, אַן
אַנדער צימער, װוּ ס'איז געװען -- װוּ מע פֿלעגט
הײצן װאַרעמע װאַסער צו -- בכדי מאַכן אַ --
27:00אױסרײניקן זיך. און דאָס פֿלעגט זײַן אײן מאָל
אָדער צװײ מאָל אַ װאָך, מער־װײניקער. פֿאַר שבת.
ק"װ: און װי איז געװען פֿרײַטיק צו נאַכטס אין
אײַער שטוב?
װ"ג: פֿרײַטיק צו נאַכטס איז געװען גאַנץ זײער
טראַדיציאָנעל, מיט -- מײַן מוטער פֿלעגט
בענטשן די ליכט. און מיר פֿלעגן מאַכן די --
מײַן ברודער און איך פֿלעגן מאַכן די ברכות.
און עס איז געװען אַ זײער אָרטאָדאָקסישע
טראַדיציאָנעלע אָװנט.
ק"װ: און --
װ"ג: מײַן מאַמע פֿלעגט מאַכן געפֿילטע פֿיש
אַלײן. אַלצדינג פֿלעגט מײַן מאַמע מאַכן
פֿון אָנפֿאַנג ביזן סוף. און איך פֿלעג איר
נאָרמאַל העלפֿן.
ק"װ: און איז עס געװען געשמאַק?
װ"ג: זײער געשמאַק.
ק"װ: װאָס געדענקט איר ספּעציעל װאָס די מוטער
28:00האָט געקאָכט?
װ"ג: ספּעציעל? איז געװען געפֿילטע פֿיש. און
אױך גאָלובצי [רוסיש: האָלעפּצעס]. דאָס זענען
געװען -- דאָס איז געװען פֿלײש אײַנגעװיקלט
אין קרױט. און דאָס איז געװען זײער אַ
געשמאַקער מאכל.
ק"װ: און פֿרײַטיק צו נאַכטס װאָס פֿלעגט איר
נאָרמאַל עסן?
װ"ג: די מוטער פֿלעגט מאַכן אַלײן די חלה,
פֿאַרשטענדלעך. און דאָס איז מיר אַפֿילו
שװער יעצט צו געדענקען. עס איז געװען -- איר
דאַרפֿט פֿאַרשטײן, איך בין יעצט צװײ און
נײַנציק אַ האַלב יאָר.
ק"װ: ביז הונדערט און צװאַנציק!
װ"ג: געװיסע פּרטים זײַנען פֿאַרלאָרן. איר פֿאַרשטײט?
ק"װ: פֿאַרשטײט זיך.
װ"ג: יע.
ק"װ: און פֿלעגט איר גײן אין שיל?
װ"ג: יע. פֿאַקטיש פֿלעגט זײַן מײַן פֿאָטער
29:00און איך און אַז מײַן ברודער איז
אונטערגעװאַקסן, איז האָט ער -- איז ער אױך
געגאַנגען. אָבער פֿון אָנפֿאַנג פֿלעג איך
גײן אַלײן מיטן פֿאָטער.
ק"װ: און װוּ איז געװען? װוּ איז --
װ"ג: ס'איז געװען אין נעמענטשין. אין די שטעטל
פֿון -- װוּ איך בין געגאַנגען אין שול. און די
שטעטל איז געװען מער־װײניקער צװײ טױזנט
מענטשן. פֿון די זײַנען געװען -- איך גלײב
אַבאָט [װעגן] -- איך גלײב מער־װײניקער פֿיר
הונדערט פֿינף -- פֿיר הונדערט פֿופֿציק
מענטשן זענען געװען ייִדן, און אַ טױזנט פֿינף
הונדערט זענען געװען פּאָליאַקן. און געװיסע
פֿון זײ זענען געװען ביִעלאַרושאַן
[װײַסרוסיש]. אָבער דער -- ס'איז געװען שװער צו
אונטערשײדן צװישן די פּאָליאַקן און די
ביִעלאַרושאַן. װײַל די אַלטע פֿאָל-- די
אַלטע מענטשן -- די ביִעלאַרושאַן פֿלעגן ניט
-- האָבן ניט גערעדט קײן פּױליש. אָבער דער
30:00איצטיקער דור האָבן אַלע גערעדט פּױליש.
אַפֿילו װען זײ זענען געװען ביִעלאַרושאַן,
האָבן זײ גערעדט פּױליש אױך. אָבער די אַלטע
מענטשן פֿלעגן רעדן נאָר ביִעלאַרושאַן.
ק"װ: און װאָסערע שפּראַכן האָט איר געװוּסט
אַלס קינד?
װ"ג: אַזױ מיטן פֿאָטער פֿון אָנפֿאַנג האָב
איך גערעדט ייִדיש, און מיט די מוטער, רוסיש.
װען אין בין געגאַנגען אין סקול [שול] -- װען
איך האָב אָנגעפֿאַנגען גײן אין תּרבות, האָב
איך איבערגעגאַנגען פֿון ייִדיש צו רעדן מיטן
פֿאָטער העברעיִש. אָבער דאָס איז געװען אין
אַשכּנזית. דאָס הײסט, ס'איז דאָ אַ אונטערשײד
פֿון ספֿרדית און אַשכּנזית. איז מיטן
פֿאָטער האָב איך דאַן גערעדט העברעיִש,
31:00אָבער הבֿרה אַשכּנזית. און מיט די מוטער האָב
בין איך איבערגעגאַנגען אױף ייִדיש און
פּױליש. און פֿאַרשטענדלעך מיט די קינדער --
מיט מײַנע חבֿרים אין דער טערפּענטיניאַרניע,
אין דעם דאָרף, האָב איך גערעדט פּױליש װײַל
זײ האָבן גערעדט פּױליש. כאָטש דער פֿאָרמאַן
-- דע קאָטשמאַן [בעל־עגלה] -- איז געװען ער
איז געװען פֿאַקטיש אַ בעלאַרוסישער, אָבער
די קינדער -- די מוטער איז געװען פּױליש. האָבן
זײ -- די קינדער האָבן גערעדט נאָר פּױליש.
ק"װ: און װאָס פֿלעגט איר טאָן אין די פֿרײַע
צײַטן װאָס איר האָט געהאַט?
װ"ג: ערשטנס װיל איך אײַך זאָגן אַז די פֿרײַע
32:00צײַט איז געװען זײער באַגרענעצט. אױסער דעם --
די װאַקאַציעס, זומער־טײַם [צײַט]. װײַל די
לימודים זײַנען געװען זײער אינטענסיװ. מע
האָט אונדז געלערנט באמת זײער ערנסט. און
בדרך־כּלל אין צײַט פֿון די לימודים האָבן
מיר געהאַט זײער װײניק צײַט אױסער די צײַטן
פֿון זומער, אָדער װינטער־װאַקאַציעס.
ק"װ: און װאָס איז געװען אַ נאָרמאַלן טאָג בײַ שול?
װ"ג: איר רעדט יעצט װעגן --
ק"װ: װעגן שולע.
װ"ג: װען די עלעמענטאַר־שול?
ק"װ: יאָ.
װ"ג: צי װען איך בין איבערגעגאַנגען אין
גימנאַזיע אין װילנע?
33:00
ק"װ: אין עלעמענטאַר־שול.
װ"ג: עלעמענטאַר־שול. װאָס איז אײַער פֿראַגע?
ק"װ: װי לאַנג איז געװען דער טאָג?
װ"ג: װי לאַנג איז געװען דער --
ק"װ: װאָס האָט איר געלערנט אין די -- בשעת דער --
װ"ג: מער־װײניקער איז דאָס געװען פֿון אַכט אַ
זײגער ביז דרײַ, דרײַ אַ האַלבע. און די
הפֿסקות זײַנען געװען זײער קורץ. אָבער עס איז
געװען אַ אינטערעסאַנטע געשיכטע. קען איך
אײַך דערצײלן? אַז צװישן אונדזער שול און די
פּױלישע עלעמענטאַר־שול איז געװען די
שטאָטישע -- פּריזאָן [תּפֿיסה].
ק"װ: תּפֿיסה.
װ"ג: תּפֿיסה. איז אין דער צײַט פֿון אונטער --
פֿון די הפֿסקה צװישן די לימודים פֿלעגן די
34:00פּױלישע סטודענטן פֿון דער אַנדער זײַט פֿון
דער תּפֿיסה באַראַזשירן אונדז מיט שטײנער,
מיט פֿלעקער, האָפֿנדיק אַז זײ װעלן כאַפּן אַ
ייִדישן קינד צו געגן -- צו שטױסן אים מיט אַ
שטײן אָדער מיט אַ שטיק פֿון פֿלאָקן. איך װיל
אײַך זאָגן אַז אונדזערע קינדער זײַנען געװען
קלײנע קינדער, מער־װײניקער צװישן דעם עלטער
פֿון פֿינף־זעקס ביז צװעלף. די פּױלישע
קינדער פֿלעגן ניט אָנפֿאַנגען שול ביז זײ
זײַנען געװען צען אָדער צװעלף יאָר אַלט. אַזױ
אַרום אַז זײ זײַנען געװען אין עלעמענטאַרי --
אין עלעמענטאַר־סקול [שול] זײ זײַנען געװען
זעכצן־זיבעצן יאָר.זײ פֿלעגן װאַרטן אױף
אונדז אַז מיר פֿלעגן אַרױסגײן פֿון סקול --
35:00פֿון שול, בכדי האָבן מיט אונדז -- אױפֿשטױסן.
און מיר זײַנען געװען אַ סך ייִנגער און אַ סך
קלענער פֿון אונדז. אָבער מיר האָבן געהאַט
חבֿרה װעלכע זײַנען געװען שטאַרק און
פֿיפֿיק. און מיר האָבן געקענט באַ --
פֿאַרזיכערן אונדזער -- אונדזער לעבן־געזונט.
אָבער װען עס פֿלעגט אַ מאָל קומען -- עס
פֿלעגט זײַן אַ געשיכטע מיט מעסערן אױך. אײן
מאָל איז געװען אַ געשיכטע אַז אונדזער לערער
-- אײנער פֿון די לערערס האָט געזען װאָס איז --
װערט געשעט. איז ער אַרױסגעגאַנגען צו
36:00באַגלײטן אונדז און ער האָט אַרױסגעריסן אַ
שטיק האָלץ פֿון דעם פּאַרקאַן און
אַװעקגעלאָפֿן נאָך די פּױלישע כוליגאַנעס
און האָט -- זײ אָנגעשמיסן װען זײ פֿלעגן -- װען
זײ זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון דעם. און ער איז
געװען -- האָב איך אים געדענקט אַלס אַ גרױסער
-- העראָ [העלד]. ער איז אַװעקגעפֿאָרן קײן
פּאַלעסטינע. און איך האָב אים -- און אַלס
קינד האָב איך אים געדענקט אַלס אַ שלאַנקן
און זײער אַ הױכן מענטש. װען איך האָב זיך מיט
אים געטראָפֿן מער־װײניקער דרײַסיק יאָר
37:00שפּעטער איז ער געװען מער־װײניקער מײַן הױך.
איך בין יעצט אין גאַנצן -- איך בין געװען דאַן
פֿינף פֿיס און פֿיר האַלבע אינטטשעס [צאָלן]
הױך. יעצט בין איך אַ סך קלענער. איר זעט װאָס
אַמעריקע האָט געמאַכט פֿון מיר? אָלרײַט [נו].
ק"װ: אַז דאָס איז געװען נאָרמאַל -- דער
צעקריגן זיך?
װ"ג: נו, אױפֿשטױסן מיט די קינדער -- מיט די
פּאָליאַקן? יעס, יעס [יאָ, יאָ]. אָבער די
ייִדישע חבֿרה האָבן -- זײַנען געװען קינדער
פֿון שוסטערס -- און שמידן אַזױ, און בוטטשערס
[קצבֿים], און זײ זײַנען געװען פֿיפֿיקע און
זײער פֿיזישע ייִנגלעך.
ק"װ: און אין דאָרף האָט איר געהאַט פֿרײַנט -- גױיִם?
38:00
װ"ג: יע. אָבער מיר זײַנען געװען זײער, זײער
באַפֿרײַנדעט. זײער באַפֿרײַנדעט.
ק"װ: און געדענקט איר אײנער פֿון די לערערס
ספּעציעל פֿון עלעמענטאַר־שול?
װ"ג: יע, איך געדענק זײ אַלעמען, יע. איך קען
אײַך זאָגן, אײנער איז געװען לײפֿער. ער איז
געװען דער העברעיִשער לערער. און צװײ
לערערינס זײַנען געװען. איז אײנע פֿון די
לערערינס האָט געװאָלט פֿאַרהײראַטן מיט
לײפֿער. אָבער זי איז געװען די טאָכטער פֿון
דעם -- שוחט פֿון דעם שטעטל. אָבער ער האָט זיך
39:00באַקאַנט מיט אַ -- אַן אַנדער לערערין, װעלכע
איז געװען רײַך. און ער האָט געהאַט אַ גוטן
נדן. האָט ער מיט איר פֿאַרהײראַט. און צוליב
דעם האָט ער פֿאַרלאָרן זײַן לעבן. װײַל די
לערערין װעלכע האָט ראָמאַנסירט מיט אים איז
אַװעקגעפֿאָרן קײן ישׂראל -- קײן פּאַלעסטינע,
און האָט אױסגעלעבט. און דאָס זעלבע איז געװען
מיט אַן אַנדער לערערין, װעלכע איז
אַװעקגעפֿאָרן קײן פּאַלעסטינע. און איך האָב
זיך מיט זײ געטראָפֿן פֿיל יאָרן שפּעטער. און
דער לערער װעלכער איז געװען -- זײַן נאָמען איז
געװען באָרקע אײדלמאַן. איז ער געקומען אױף אַ
באַזוך קײן ישׂראל. האָב איך געװאָלט זיך מיט
40:00אים טרעפֿן. אָבער ס'איז געװען אַ פּראָבלעם.
ער איז אַרומגעגאַנגען מיט אַ ייִדישע מײדל
פֿון נעמענטשין, פֿון דער שטעטל. און ער איז
אַװעקגעפֿאָרן קײן פּאַלעסטינע, און האָט גע--
צוגעזאָגט איר, אַז ער װעט איר אָפּנעמען װען
ער װעט זיך אײַנזעצן אין פּאַלעסטינע. אין
צװישן־צײַט האָט ער זיך באַקאַנט מיט אַן
אַנדער מײדל, און האָט זיך מיט איר
פֿאַרהײראַט. אַז איך בין געקומען אין ישׂראל,
האָב איך געזוכט ברוך -- באָרקע -- ברוך --
באָרקע -- אײדלמאַן. האָב איך געזעסן אױפֿן
טעלעפֿאָן און גערופֿן פֿאַרשײדענע ערטער --
פֿאַרשײדענע שולן. איך גלײב אַז ער איז געװען
41:00אַ לערער. איז װאַרשײַנלעך איז ער -- האָט ער
ממשיך געװען זײַן אַ לערער. האָב איך גערופֿן
פֿאַרשײדענע -- אַ סך ערטער, אַ סך -- איך האָב
געזאָגט, "ברוך, ברוך אײדלמאַן. ברוך --" "נאָ
[נײן], מיר קענען ניט אַזאַ מענטש." ברוך
אײדלמאַן. ביזקל אױפֿן צװײטן טאָג זאָגט מיר
אײן -- אײנע: "ברוך אײדלמאַן? װאַרט אַ מינוט.
יע. מיר האָבן יעצט -- דער פּרינציפּאַל
[דירעקטאָר] פֿון דער שול איז ברוך עדין. דאָס
איז דער העברעיִשער נאָמען פֿאַר אײדלמאַן.
ס'קען זײַן אַז דאָס איז ער." זאָג איך, "קענסטו
מיך געבן זײַן נאָמען?" יע -- האָט זיך -- "זײַן
טעלעפֿאָן?" האָב איך גענומען דעם טעלעפֿאָן.
האָב איך אָפּגערופֿן. און די פֿרױ האָט
געענטפֿערט. זאָג איך, אַז איך בין זײַנער אַ
שילער פֿון נעמענטשין. און איך װאָלט זיך זײער
42:00געװאָלט באַקאַנען מיט אים -- טרעפֿן זיך מיט
אים. איז זי געװען זײער קאַלט. װײַל זי האָט
געגלײבט אַז איך האָב געװוּסט די געשיכטע, אַז
ער האָט פֿאַרלאָזן זײַן געליבטע אין
נעמענטשין. האָט זי ניט געװאָלט דאָס
אױפֿװעקן. האָב איך -- זאָגט זי, "פֿאַר װאָס
װאָלסטו געװאָלט מיט אים טרעפֿן זיך יעצט?"
זאָג איך, "װײַל ער איז געװען מײַן גרױסער
גיבור אַז איך בין געװען אַ קינד. איך געדענק
די סצענע װען ער האָט אַרױסגערופֿן אַ שטיק --
אַרױסגענומען אַ שטיקל האָלץ פֿון דעם -- פֿון
דעם גדר. פֿון דעם -- און איז נאָכגעלאָפֿן
נאָך די פּױלישע כוליגאַנעס און האָט זײ -- און
43:00ער איז געװען מײַן גרױסער גערױ -- װײַל -- מײַן
גרױסער העלד. װיל איך זיך פּשוט מיט אים -- מיט
אים טרעפֿן און באַקאַנען װי ער איז יעצט."
האָבן מיר זיך טאַקע באַקאַנט. און געװען זײער
אַ האַרציקער אױפֿטרעף. יע.
ק"װ: אַז אַלס קינד --
װ"ג: העניע און פּעסיע זײַנען געװען די
אַנדערע צװײ לערערין װעלכע זײַנען געװען --
װעלכע זײַנען אַװעקגעפֿאָרן קײן
פּאַלעסטינע. און איך האָב זיך געטראָפֿן מיט
זײ װען איך האָב באַזוכט ישׂראל צענדליקער
יאָרן שפּעטער.
ק"װ: האָט איר געװעאָלט מאַכן עליה אַלס קינד?
װ"ג: אָ, יע, פֿאַרשטענדלעך. איך בין געקומען
קײן אַמעריקע צוליב -- געװען אַ פּשוטע צופֿאַל.
ק"װ: אַז װאָס נאָך קענט איר זאָגן װעגן אײַער
דאָרף װאָס װעט געבן אַן אימאַזש פֿון װי דאָס
44:00לעבן איז געװען דאָרטן?
װ"ג: אָלרײַט, יע -- איך האָב געהאַט אַ ברודער.
ער האָט געהײסן מאָטל. ער איז געװען דרײַ יאָר
ייִנגער פֿון מיר. און ער איז -- מיר האָבן ניט
געװוּסט אַז ער איז געבױרן געװאָרן בלינד אין
אײן אױג. אַלזאָ אַרום איז ער געװען ניט
פֿיזיש, ניט קאָאָרדינירט. אָבער ער האָט
געהאַלט -- מײַן מוטער איז געװען -- האָט
געזונגען זײער שײן, און איז געװען זײער
מוזיקאַליש. און ער האָט יורש געװען דעם
טאַלאַנט פֿון מײַן מוטער, און ער ער האָט
געהאַט אַ פּערפֿעקטן -- פּערפֿעקטן געהער.
45:00"סלוך" איז אין רוסיש, אָדער פּױליש. איז -- אַז
מיר האָבן -- אַז איך האָב געדאַרפֿט לערענן
זיך אין שול, און עס איז געװען -- עס איז געװען
שװער צו פֿאָרן װינטערצײַט, עספּעשיאַלי --
ספּעציעל איז דאָס געװען ניט זיכער צוליב די
װעלף. זײַנען מיר -- האָבן מיר געלעבט אין
נעמענטשין. זײַנען מיר געדונגען -- האָבן מיר
געהאַט אַ דירה אין נעמענטשין. איז דאָרטן
האָט ער אָנגעפֿאַנגען -- האָט ער
אָנגעפֿאַנגען לערנען פֿידל, צו שפּילן
פֿידל. אַלזאָ אַרום האָט דער לערער פֿון דעם
פֿידל, פֿון װיאָלין [פֿידל] -- האָב איך אױך
געלערנט װיאָלין. אָבער מײַן ייִנגערער
ברודער איז געװען זײער מער באַגאַבט װי איך
46:00בין געװען. און ער האָט געהאַט װאָס הײסט אַ
פּערפֿעקטן -- אַ פּערפֿעקטן מוזיקאַלישן --
ק"װ: אױער, װי מע זאָגט אױף ענגליש. װאָלט עס --
לײַק, "אַ פּערפֿעצט איר [האָבן אַ גוט אױער]"?
װ"ג: יע. סלוך.
ק"װ: און --
װ"ג: יע. איז -- שפּעטער, מיט די צײַט -- איז ער
געװאָרן אַ גוטער װיאָלאָניסט. און פֿאַקטיש,
פֿאַר דער -- אײדער די -- די דײַטשן זײַנען
אָנגעפֿאַלן אױף די סאָװעטן, האָט ער געהאַט
אַ קאָנצערט אין װילנע. און ער איז געװען דער
סאָליסט, שפּילן װיאָלין אָף -- פֿון
מענדעלסאָנס קאָנצערט אין אי־מינאָר, װעלכער
47:00איז זײער אַ שװערער קאָנצערט. און ער איז
געװען דער װיאָליניסט. און דאָס איז געװען
מער־װײניקער -- מער־װײניקער פֿיר מאָנאַטן
אײדער ער איז אומגעקומען.
ק"װ: און איר האָט געזאָגט פֿריִער אַז אין
זומער האָט איר געהאַט אַ ביסל צײַט אָן גײן
אין קלאַס. װאָס פֿלעגט איר טאָן?
װ"ג: אַלזאָ זומער־טײַם [צײַט] פֿלעגט מײַן
פֿאָטער אַנגאַזשירן אין לערנען תּלמוד. האָב
איך געהאַט אַ לערער, װעלכער איז געקומען אין
דער טערפּ-- אין דעם דאָרף װוּ מיר זײַנען --
האָבן מיר געלעבט צװײ שעה לערנען תּלמוד. און
48:00איך האָב דאָס זײער ניט פֿאַרטראָגן. װײַל איך
האָב געװאָלט זײַן אױפֿן טײַך מיט מײַן
קאַיאַק, און אױפֿן פֿערד, און שפּילן מיט די
פּױלישע חבֿרים סאָקער [פֿוסבאָל]. און איך
האָב דאָס ניט ליב געהאַט, זײער -- איך האָב זיך
געבונטעװעט -- געבונטעװירט קעגן דעם. אָבער
מײַן פֿאָטער האָט דאָס -- האָט באַשטעלט -- איז
געװען זײער שטרענג װעגן דעם. און אַזױ אַז איך
האָב -- אַזױ -- דרך־אַגבֿ האָב איך פֿאַרדינט
מײַן -- מײַן ביסיקל -- מײַן ביציקלעט. איך האָב
געדאַרפֿט אױסלערנען פֿערציק קאַפּיטלען
49:00פֿון ישעיהו א. דאָס האָב איך אײַך שױן
געזאָגט. אָבער נאַכער האָב איך געדאַרפֿט
לערנען ישעיהו -- בבא בתרא, בבא מציעא -- דעם
תּלמוד מיט די פֿאַרשײדענע פּירושים. אָבער
איך גלײב אַז דאָס איז פֿאַקטיש געװען אַ גוטע
זאַך פֿאַר מיר װײַל װען איך בין געװען אין
איטאַליע, האָט דאָס מיר געצװוּנגט --
געצװינגט -- האָבן זיצפֿלײש. איר פֿאַרשטײט
װאָס "זיצפֿלײש" איז? אַז איך האָב געדאַרפֿט
נעמען דעם ערשטן עקזאַמען אין איטאַליעניש,
אין איטאַליעניש. און איך האָב געדאַרפֿט --
און איך האָב ניט געקענט קײן איטאַליעניש. און
איך האָב געדאַרפֿט לערנען איבערזעצן יעדן
װאָרט פֿון איטאַליעניש אױף ענגליש, און פֿון
50:00ענגליש אױף פּױליש. װײַל ס'איז ניט -- איך האָב
ניט געקענט געפֿינען אַן
איטאַליעניש־פּױלישן סלאָװאַר [רוסיש:
װערטערבוך] --
ק"װ: װערטערבוך.
װ"ג: װי?
ק"װ: װערטערבוך.
װ"ג: דיקשאָנאַרי [װערטערבוך], יע.
דיקשאָנאַרי. װי זאָגט מען "דיקשאָנאַרי" אױף
ייִדיש װײס --
ק"װ: װערטערבוך, װערטערבוך.
װ"ג: אָקײ. האָב איך געמוזט לערנען דאָס פֿון
צװײ װערטערבוכס.
ק"װ: ביכער -- יאָ.
װ"ג: פֿון פּױליש -- פֿון ענגליש -- פֿון
איטאַליעניש אױף פּױליש, און פֿון פּױליש אױף --
ק"װ: אַדורך ענגליש.
װ"ג: פֿון ענגליש, און פֿון ענגליש אױף פּױליש.
און דאָס איז געװען זײער -- האָב איך געמוזט
לערנען די ערשטע דרײַ מאָנאַטן אַכצן שעה אַ
51:00טאָג. און אַז איך בין געקומען צו דעם מײַן
ערשטן עקזאַם אין איטאַליע, האָב איך דאָס
געקענט (קנאַקט מיט די פֿינגער) אַז דער
פּראָפֿעסאָר האָט זיך -- האָט זיך ניט געקענט
פֿאָרשטעלן װײַל איך האָב נאָך ניט געקענט
רעדן אױפֿן גאַס איטאַליעניש. אָבער דאָס
װאָס איך האָב געדאַרפֿט װיסן די פֿיר -- עס
פֿעלט מיר די ייִדישע -- די פֿיר "שיכטאָט" -- די
מוסקולן פֿון דעם פֿוראַרם [פֿאָדעראָרעם].
זײַנען געװען פֿיר, און איך האָב געדאַרפֿט
װיסן די ענערװאַשאָן -- די נערװן און דעם בלוט
-- די בלוט־צוגאַנג פֿון יעדן מוסקול, און װוּ
עס ער פֿאַנגט אָן און װוּ ער ענדיקט זיך. האָב
52:00איך דאָס געקענט (קנאַקט מיט די פֿינגער) אָט
אַזױ אַז דער פּראָפֿעסאָר האָט זיך
באַװוּנדערט. ער פֿלעגט רופֿן די סטודענט
װײַל עס איז געװען -- דער אָרט -- אין רױם -- איך
בין געװען דאַן פֿאַרשריבן אין רױם. זי איז
געװען דער אָרט פֿאַר פֿינף הונדערט סטודענטן
פֿאַרן ערשטן יאָר. אָבער אַזױ װי עס זײַנען
געװען אַ סך סטודענטן װעלכע זײַנען געװען
מיטגלידער פֿון דער אַרמײ, פֿון די
איטאַליענישע אַרמײ זײַנען געװען צװײ טױזנט
סטודענטן. און ער פֿלעגט אונדז זיצן אומעטום
װײַל ער האָט גערופֿן אפֿשר אַ
צװאַנציק־דרײַסיק סטודענטן אונטן צו הערן װי
די אױסלענדער, װי זײ שטודירן -- איך בין געװען
אַ -- ס'פֿעלט מיר ייִדישע װערטער, האַ? נו מילא.
53:00
ק"װ: אַ װוּנדערקינד?
װ"ג: אַ מוסטער פֿאַר אַלע סטודענטן.
ק"װ: אַ משל, יאָ.
װ"ג: ער זאָגט, "לערן פֿון די אױסלענדער, װי --
לערנט זיך פֿון די אױסלענדער װי זײ שטודירן." יע.
ק"װ: און איר זענט געפֿאָרן אין װילנע אין גימנאַזיע?
װ"ג: יע. אַז איך בין געװאָרן צװעלף אַלט -- איז,
האָב איך געדאַרפֿט גײן אין גימנאַזיע.
זײַנען מיר איבערגעפֿאָרן אין װילנע.
ק"װ: די גאַנצע משפּחה?
װ"ג: די גאַנצע משפּחה, יע. און איך האָב
אָנגעפֿאַנגען אין תּרבות. גימנסיה־תּרבות
אין װילנע, װעלכע איז געװען זײער באַװוּסט אין
פּױלן, װײַל עס זײַנען געװען זײער װײניקע
גימנאַזיעס מיט די שפּראַך -- מיט די
54:00לערנשפּראַך איז געװען העברעיִש. דאָס הײסט,
אַז מאַטעמאַטיקע און פֿיזיקע און כעמיע און
אַלע -- אַלצדינג האָבן מיר געלערנט אין
העברעיִש. אױסער פּױלישע היסטאָריע, פּױלישע
געאָגראַפֿיע, לאַטין, און -- דאָס זײַנען
געװען געלערנט -- האָבן מיר געלערנט אין
פּױליש. פֿאַרשטענדלעך אַז די -- װען די
רעגירונגען האָבן זיך געביטן -- לאָמיר זאָגן
אין נײַן און דרײַסטיקן יאָר -- איז װילנע מער
ניט געװען קײן -- איז ניט געװען מער פּױלן. און
די ליטװינער זײַנען געקומען. איז זײַנען מיר
איבערגעגאַנגען אין די העברעיִשע נושאים. די
55:00העברעיִשע -- אַלץ װאָס מיר האָבן געלערנט
העברעיִש --
ק"װ: קורסן --
װ"ג: -- האָבן מיר ממשיך געװען לערנען העברעיִש.
אָבער די שפּראַך, אינסטעד אָף [אַנשטאָט]
פּױלישע געאָגראַפֿיע און פּױלישע
היסטאָריע, איז געװאָרן ליטװישע -- ליטװישע
שפּראַך און ליטװישע היסטאָריע, און ליטװישע
געאָגראַפֿיע, און ליטװישע -- אַלץ ליטװישע.
דערפֿאַר האָב איך אײַך געזאָגט אַז אין אײן
יאָר בין איך -- האָב איך אױסגעלערנט זיך
ליטװיש זײער גוט. דאָס איז -- הגם דאָס איז זײער
אַ שװערע שפּראַך. און ער שטאַמט פֿון
סאַנסקירט. און ס'איז ניט ענלעך צו קײנע
אַנדערע אײראָפּעיִשע שפּראַכן. און איך האָב
אױך רעציטירט אַ ליטװישע פּאָעם פֿון
56:00יאַנאָניס. אױב איר װילט קען איך רעציטירן
יעצט? יע? געװען זײער אַ שײנע פּאָעם פֿון אַ
ליטװישן קאָמוניסטישן פּאָעט: "פּאַסיטראַוק,
נעקליודיק! יוק מאַטאַי, קאַד קאַלו.\מאַן
פּלעפּעט סו טאַווים נער קאַדאַ.\בעפּיגו
טאַו וועפּסאָט, קאַד פּריקימשטאַ
מאַשנאַ.\אָ אַש גאַלאָ סודורט נעגאַליו סו
גאַלו,\נאָרס קאַלו, דיענאַ, נאַקטי
קאַלו.\[גיי אַוועק, שטער מיך ניט! דו זעסט דאָך
אַז איך האַמער.\איך האָב ניט קיין צייט צו
פּלאַפּלען מיט דיר.\ס'איז דיר פּשוט צו קוקן
אויף מיר בשעת דײַן געלט־בײַטל איז פֿול.\און
איך באַווײַז ניט אויסקומען.\כאָטש איך
האַמער, איך האַמער טאָג און נאַכט.]" "קאַלװיס"
הײסט "דער שמיד". און איך קען --
ק"װ: דאָס איז געװען פֿון אָט די יאָר װאָס איר
האָט געלערנט?
װ"ג: דאָס איז געװען דער אײנציקער יאָר װאָס
איך האָב געלערנט ליטװיש. און אַז איך קום אין
װילנע נאַאו [איצט], איז די ערשטע פּאָר טעג
57:00איז מיר אַ ביסל שװערלעך, אָבער נאָך עטלעכע
טעג קען איך רעדן אױפֿן גאַס, און אין
רעסטאָראַנט, און װוּ מיר גײען, קען איך זיך
אױפֿרעדן אין ליטװיש. און איך האָב -- אױב איך
האָב אַ שװעריקײט מיט אַ געװיסע װאָרט איז --
קען איך דאָס זאָגן אין רוסיש אָדער פּױליש.
װײַל די לאָקאַלע באַפֿעלקערונג קען רוסיש
און קען פּױליש, פֿאַרשטענדלעך. און פּױליש
איז -- קען איך זײער גוט, און רוסיש, גאַנץ גוט.
ק"װ: אַז װאָס פֿאַר אַ מין לידער פֿלעגט די
מאַמע -- די מוטער -- זינגען?
װ"ג: אַ, זי פֿלעגט זינגען די רוסישע לידער. איך
געדענק זײ ניט יעצט, נאַאו. (זינגען) "פּױ
לאַסטאָטשקאַ פּױ [רוסיש: זינג, שװאַלב,
58:00זינג]--" נע פּאָמניו [רוסיש: איך געדענק ניט].
ק"װ: קײן פּראָבלעם.
װ"ג: בוט [אָבער], ליטואַניש -- סאָנגס, אײַ
רעמעמבער בעקאַז דײ װיר מאָר
קאָנטעמפּאָראַרי. דער װיר אַלסאָ סאָװיִעט --
[אָבער ליטװיש--לידער, איך געדענק װײַל זײ
זענען געװען מער הײַנטצײַטיק. זײ זענען אױך
געװען סאָװעטיש, סאָװעטיש--]: (זינגט) "עיאַו
פּער סאָוויעטוס\טאַוועס
פּאַלידעטאַס\פּאַרטיזאַנישקו קעליו.
בודאַוואָ, דעל פּריעשו\פּאַסיטיעסיאַם
וויעטוי,\קור טעזשענגעם סו טאַווים
קארטו.\איי, שאַוטוועלי־וועלי,\מושקי [וועליי
וועליי?]\וויסוס טאַוואָ קרעפּשיוס
[=פּריעשוס?].\טאַו פּאַדעסיו, שאַוטוּוועלי,
איש גאַלאָ סו קאַרדעליו. [איך בין געגאַנגען
דורך די סאָוועטן\באַגלייט דורך דיר\אויף אַ
פּאַרטיזאַנער וועג.\אַ מאָל, צוליב די
שׂונאים\מיר פֿאַלן אויף דער ערד,\וווּ מע
פֿלעגט גיין מיט דיר צוזאַמען.\היי, ביקסעלע,
ביקסעלע,\שלאָג [נאָך אַ מאָל און נאָך אַ
מאָל?]\אַלע דײַנע קאָשיקעס [=שׂונאים?].\איך
וועל דיר העלפֿן, ביקסעלע,\פֿון הינטן מיט אַ
שווערדעלע.]" דו יו אונדערסטאַנד סום װאָרדס
[פֿאַרסטײסטו עטלעכע װערטער]?
ק"װ: עטלעכע, יאָ. אַ ביסל.
59:00
װ"ג: אַ ביסל.
ק"װ: און צום בײַשפּיל, דאָס ליד -- װוּ װאָלט
איר דאָס געלערנט?
װ"ג: אין -- בײַ די סאָװיעטן. דאָס הײסט, אין --
צװישן פֿערציקן און אײן און פֿערציקן יאָר.
ק"װ: און װען -- װאָס איז געװען אײַער ערשטע
אײַנדרוק פֿון װילנע? װאָס האָט איר געמײנט,
ערשט אָנגעקומען אין װילנע?
װ"ג: אַז איך בין געקומען אין װילנע איז --
פֿאַרשטענדלעך איך בין געװען אַ דאָרפֿישער
ייִנגל, און נאַכער בין איך געװען אַ
קלײן־שטעטלדיקער ייִנגל, איז װילנע געװען
אַזױ צו מיר אַזױ װי -- װי ניו־יאָרק. (לאַכט)
פֿאַרשטענדלעך. אָבער איך האָב זיך באַקאַנט
60:00מיט די שטאָט, װײַל עס איז געװען -- אױב מיר
װעלן רעדן שפּעטער װעל איך אײַך דערצײלן
פֿאַר װאָס עס איז געװען זײער װיכטיק אַז איך
זאָל קענען די שטאָט זײער גוט, װעלכע איז מיר
געװען זײער הענטיק אין די צײַט פֿון די
דײַטש־אָקופּאַציע. װען איך בין געכאַפּט
געװאָרן. איך האָב געדאַרפֿט אַרױסלױפֿן פֿון
שטאָט. איך װעל -- איך גלײב אַז איך װעל האָבן
אַ געלעגנהײט דערצײלן די געשיכטע שפּעטער,
יעצט -- שפּעטער, יע.
ק"װ: אַז אין די פֿריִער יאָרן, געדענקט איר די
אַזױ־גערופֿענע "קולטור־קריג" צװישן
העברעיִש און ייִדיש?
װ"ג: אָ, פֿאַרשטענדלעך. הערט זיך אײַן. איך װיל
אײַך דערצײלן, זאָגן אײַך. אַז אין דער צײַט --
איר דאַרפֿט פֿאַרשטײן אַז איך בין געבאָרן
61:00געװאָרן אין אַ צײַט, ניט לאַנג נאָך דער
ערשטער װעלט מלחמה. דאָס זײַנען געװען גרױסע,
אינטעלעקטואַלע און היסטאָרישע
פֿאַרענדערונגען אין ייִדישן װעלט -- אין דעם
װעלט פֿון ייִדנטום פֿון מײַן
מיזרח־אײראָפּעיִשע קולטור. איר דאַרפֿט
פֿאַרשטײן אַז איך בין -- איך געדענק -- מיר
האָבן געלערנט -- הגם זײערע ערשטע שרײַבונגען
זײַנען געװען אין ייִדיש, נאָר שפּעטער -- נײן,
די ערשטע שרײַבונגען -- שריפֿטן, זײַנען געװען
אין העברעיִש. איך װיל טאַקע רעקריצירן אַ
מינוט. לאָמיר זאָגן, יהודה־לײב פּינסקער.
62:00"לעאָ פּינסקער" אין ענגליש. אינסידענטאַלי
[דרך־אַגבֿ], ער איז געבאָרן געװאָרן -- געװען
זיבעציק יאָר איז ער געשטאָרבן. און ער איז
געבױרן -- געשטאָרבן אַ יאָר אײדער מײַן מוטער
איז געבאָר-- אַ יאָר װען מײַן -- נאָך דעם װען
מײַן מוטער איז געבאָרן געװאָרן. מײַן מוטער
איז געבאָרן געװאָרן טױזנט אַכט הונדערט
נײַנציק יאָר. איז ער געשטאָרבן אין טױזנט
אַכט הונדערט אײן און נײַנציקטער יאָר. און ער
איז געװען זיבעציק יאָר. איז ער געבאָרן
געװאָרן אין טױזנט אַכט הונדערט אײן און
דרײַסיקטן יאָר. און אַחד העם -- און פּינסקער,
אַנטשולדיקט מיר -- און פּיסנקער האָט געשר--
איז געװען אַ ייִדישיסט פֿון אָנפֿאַנג.
63:00אָבער נאַכער, נאָך די פּראָגראָמען אין
טױזנט אַכט הונדערט -- אין גאַליציע -- אין
טױזנט אַכט הונדערט אַכציקן יאָר איז ער
געװאָרן אַ ציוניסט. און ער האָט אָנגעשריבן
"עמאַנציפּאַציע", װעלכע מיר האָבן געשטודירט
אין העברעיִש. און איך האָב פֿאַקטיש געװיסע
זאַכן אױפֿגעקליבן, לעבנדיק טאַקע דאָ אין
אַמעריקע. ס'איז מעגלעך, אַז איך קען דאָס
געפֿינען אין מײַן ביבליאָטעק. איך קען אײַך
באַװײַזן. װײַל "עמאַנציפּאַציע" איז געװען
געשריבן אין עבֿריתּ, אין העברעיִש. און איך
64:00האָב דאָס געשטודירט, און עס האָט געמאַכט אַ
גרױסן אײַנדרוק אױף מיר װײַל ער האָט
געשטודירט די אַנאַליזע פֿון אַנטיסעמיטיזם.
פֿאַר װאָס האָט מען פֿײַנט דעם ייִדן? האָט --
אױף װיפֿל איך געדענק -- האָט ער דאָס ערקלערט,
אַז די פֿעלקער װעלכע ייִדן -- צװישן װעלכע די
ייִדן לעבן זײַנען -- זעען דעם ייִד אַלעס אַ
טױטער מענטש, אַ מת, װעלכער לעבט צװישן
לעבעדיקע. איז דאָס אַ שרױדנדיקע -- ברענגט
דאָס אָן אַ געשרעק, אַ פּחד אױף די לאָקאַלע
מענטשן, װעלכע לעבן -- װײַל ער זעט אױס װי אַ
65:00טױטער װעלכער לעבט צװישן לעבעדיקע. אױף װיפֿל
איך געדענק פֿון "עמאַנציפּאַציע", דאָס איז
געבליבן אין מײַן קאָפּ, װי ער באַשרײַבט די
סיבות פֿון אַנטיסעמיטיזם. איר פֿאַרשטײט?
און נאַכער איז געװען אַחד העם -- גינזבורג.
און מיר האָבן געשטודירט די מענטשן. און
פֿאַרשטענדלעך -- אַבראַמאָװיטש, און
ראַבינאָװיטש. אַבראַמאָװיטש איז מענדעלע
מוכר־ספֿרים. און ראַבינאָװיטש איז
שלום־עליכם. און זײ האָבן געשריבן אין
66:00העברעיִש פֿירסט [ערשט]. אַלזאָ מיר האָבן
געשטודירט די ליטעראַטור פֿון די מענטשן.
װײַל איר האָט מיר געפֿרעגט װאָס זײַנען
מײַנע באַציִונגען צװישן די העברעיִסטן, די
ציוניסטן און דעם בונד. דער בונד איז געשאַפֿן
געװאָרן אַ סך שפּעטער. איך גלײב אַז דאָס איז
-- אױף װיפֿל איך געדענק -- איז דאָס געװען אַן
אױפֿטו פֿון פּױלישן ייִדנטום ספּעציעל אין
װאַרשע און אין לאָדזש, װוּ עס זײַנען געװען
די פֿאַבריקן פֿון מאַנופֿאַקטור. און אין
ביאַליסטאָק. אָבער דאָס איז געװען אין די דרײַסיקער.
ק"װ: און אין --
װ"ג: און --אָבער די -- אָבער מיר האָבן -- אין
תּרבות מיר זײַנען געװען די ציוניסטן. און מיר
67:00זײַנען געװען די -- איר דאַרפֿט פֿאַרשטײן אַז
איך בין אַ שילער פֿון אַבא קאָװנער. איך גלײב
אַז איר װײסט װער ער איז געװען. אַלזאָ װען איך
בין געװען אין תּרבות אין װילנע, גימנסיה
תּרבות בװילנה, אין ערשטן קלאַס, איז ער געװען
אין דעם לעצטן קלאַס פֿון מײַן שול. און איך
בין -- ער איז געװען מײַן מדריך, מײַן
אױפֿציִער. און איך האָב -- און מיר זענען
געװען אין אַן אָרגאַניזאַציע װעלכע האָט
געהײסט "בני־יהודה". דאָס איז געװען אַן
אָרגאַניזאַציע װעלכע האָט באַשלאָסן צו
רעדן ייִד-- העברעיִש אָנלי [בלױז]. האָבן מיר
צװישן זיך נאָר גערעדט נאָר העברעיִש. אױב
אימעצער פֿון אונדז פֿלעגט רעדן מיט די
68:00עלטערן אָדער מיט אַ -- מיט עמעצן װאָס קען
העברעיִש האָט גערעדט ייִדיש, פֿלעגט ער אים
זאָגן, "מחר תשמע מאבא קובנר. אני אמסור לאבא
קובנר שדברת יידיש" -- "איך װעל איבערגעבן
אַבאַ קאָװנער אַז דו האָסט גערעדט ייִדיש."
און איך האָב טאַקע אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון
"בני־יהודה", צװישן װעלכע -- איך בין אױך אין
דער פֿאָטאָגראַפֿיע. אָבער איך קען זיך ניט
געפֿינען. אױב איר װילט קען איך אײַך דאָס
שפּעטער באַװײַזן.
ק"װ: יאָ. און -- אַז װאָס האָט איר געמײנט פֿון
די ייִדישיסטן?
װ"ג: פֿון ייִדיש?
ק"װ: פֿון די -- למשל -- די תּלמידים פֿון
סאָפֿיע גורעװיטש־שולעס? װאָס זײַנען געװען
די באַציִונגען צװישן די שילער פֿון די
ייִדישע שולן?
װ"ג: מיר האָבן -- זײַנען געװען פֿאַקטיש צװײ
69:00העברעיִשע גימנאַזיעס אין װילנע. געװען
תּרבות, אויִטטש איז [װאָס איז] געװען די מאָר
[מער] -- געהאַט מאָר פּרעסטיזש [מער
פּרעסטיזש]. און תּושיה. און מיר האָבן געהאַט
-- פֿאַקטיש, תּרבות איז געװען אַ גרױסע
גימנאַזיע. און מיר האָבן ניט געהאַט צו פֿיל
צײַט פֿאַר דרײען זיך מיט אַנדערע געשעפֿטן.
װײַל איר דאַרפֿט פֿאַרשטײן, אַז מיר פֿלעגן
אָנפֿאַנגען די קלאַסן אַכט אַ זײגער, און מיר
פֿלעגן זײַן דאָרטן ביז פֿיר, און נאַכער
האָבן מיר געהאַט זײער פֿיל אַרבעט צו --
הױזאַרבעט, נאָך דער שול. איך האָב געהאַט מזל,
אַז מײַן בעסטער פֿרײַנט איז געװען זײער אַ
באַגאַבטער ייִנגל, בערעלע קאַמענמאַכער. און
איך װעל אײַך -- שפּעטער װעל איך אײַך טאַקע
70:00איבערגעבן אַ געשיכטע װי זײַן פֿאָטער האָט
מיר געהאָלפֿן אַרױסגײן פֿון תּפֿיסה פֿון
לוקישקע. צו ראַטעװען מײַן לעבן. בערעלע
קאַמענמאַכער איז געװען זײער אַ באַגאַבטער
קינד. און מיר פֿלעגן -- און ער איז געװען מײַן
בעסטער חבֿר. האָבן מיר געשטודירט צוזאַמען.
איז געװען -- איז מיר געװען לײַכטער, װײַל ער
איז געװען אַ געניִוז [פּױליש: גאָון]. און
באמת װען ער װאָלט איבערגעלעבט -- צװײ קינדער
פֿון מײַנע באַקאַנטע װעלכע װען זײ װאָלטן
איבערגעלעבט, זײ װאָלטן געװען נאָבעל פּרײַז
לאַרעאַטס [לאַװרעאַטן פֿון נאָבל־פּרעמיע]
אין צוקונפֿטיקע לעבן. אײנער איז געװען
בערעלע קאַמענמאַכער, מײַן בעסטער פֿרײַנט.
דער אַנדערער איז געװען מײַן קוזין, מײַן
מוטערס ברודערס קינד, װעלכער איז געװען אַ
ישיבֿה־בחור. ראובֿעלע קאָפּעלאָװיטש. ער איז
71:00געװען אַ יאָר אַלטער פֿון מיר. און מײַן
פֿאָטער פֿלעגט אַלע מאָל פֿאַרגלײַכן מיר
מיט מײַן קוזין. און ער האָט געהאַט -- מײַן
פֿאָטער האָט -- אַן אָפֿענע קאָפּ. ער האָט
געשטודירט נאָר תּלמוד. ער איז ניט געגאַנגען
אין אַ -- אין אַ נאָרמאַלע שול. װען די
סאָװיעטן זײַנען -- און ער האָט ניט געקענט קײן
זאַך אױסער תּלמוד. װען די סאָװיעטן זײַנען
געקומען, האָט ער אין אײן יאָר געמאַכט
גימנאַזיע, מיט אַלע אױסצײכענונגען -- די
בעסטע -- אַלע אײס -- אַלע בעסטע אױסצײכענונגען.
אין אײן יאָר. פֿון אָנפֿאַנג ביז ענדיקן
72:00גימנאַזיע. דאָס איז געװען מײַן קוזין
ראובֿעלע קאָפּעלאָװיטש. און װעלכער איז
אומגעקומען. איר פֿאַרשטײט? זײ זײַנען געװען
אױסערגעװײנטלעכע -- אױסערגעװײנטלעכע קינדער.
ק"װ: אַז יאָ, איר האָט אַלײן זיך געפֿרעגט,
װאָס -- װאָס האָט איר געמײנט פֿון ייִדיש אין דעמאָלט־צײַט?
װ"ג: ייִדיש -- לוק [גיב אַ קוק]. פֿאַרשטענדלעך
אַז אין שטוב האָב איך גערעדט ייִדיש מיט מײַן
מאַמען. און העברעיִש מיט מײַן פֿאָטער. מײַן
ברודער איז געװען ייִדיש. אָבער ער איז אױך
געגאַנגען אין תּרבות. ער איז ניט געװען קײן
סקאָלאַר [למדן]. ער איז -- ער האָט -- זײַן
73:00גאַנצע באַמערקונג -- זײַן גאַנצער לעבן איז
געװען אָבער איבערגעגעבן צו שטודירן װיאָלין.
און עס איז געװען זײער שװער. װען מיר זײַנען
דורכגעגאַנגען לעבן אין װילנע, איז דאָס
פֿאַר די שכנים געװען זײער שװער. װײַל ער
פֿלעגט ניט איבערגײן פֿון אײן נאָט צו אַן
אַנדערער ביזקל דאָס איז געװען פּערפֿעקט.
(זינגט) דאַ־דאַ־דאַ־דאַ־דאַ־דאַ־דאַ.
דאַ־דאַ־דאַ־דאַ־דאַ־דאַ־דאַ -- און ער
פֿלעגט דאָס טאָן פֿאַר שעהן. און די שכנים
פֿלעגן משוגע װערן. אָט דאָס איז געװען --
אָבער כּך הװה. אַזױ איז דאָס געװען.
ק"װ: און װוּ אין שטאָט האָט איר געװױנט? אין װילנע?
װ"ג: אין װילנע? אָ, עס איז געװען אַן
אינטערעסאַנטע אָרט װוּ מיר האָבן געלעבט.
דאָס איז געװען באַװוּסט -- זינגערס הױף. דער
אײגנטימער פֿון הױף איז געװען זינגער. און די
74:00הױז איז געװען אַ -- זײער אַלטע הױז אין סטיל
פֿון מידל אַדזשעס [מיטל־עלטער]. װי זאָגט מען?
ק"װ: מיטל־עלטער.
װ"ג: -- מיטל־עלטער. זײַנען געװען -- ס'איז געװען
אַ לאַנדמאַרק [מערקפּונקט] אין שטאָט. און --
געװען אַ באַװוּסטער אָרט. זינגערס הױף --
ס'איז געװען די ערשטע הױז נאָכן בריק פֿון דער
װיליע. אױפֿן רעכטן זײַט װוּ מע גײט איבער די
הױז. און מיר האָבן געלעבט אױפֿן צװײטן שטאָק
אין דער הױז. און געװען אַ שײנער באַלקאָן, און
זײער אַ שײנע דירה. און עס איז געװען אײן צימער
האָבן מיר געהאַט צו פֿאַרדינגען צו אַ
סטודענט װעלכער שטודירט אין ייִדישן
75:00סעמינאַר אין װילנע. זי איז געװען חנהלע
ענגעלטשין. און זי האָט ניט איבערגעלעבט,
אָבער איר -- איר שװעסטער און ברודער האָבן
איבערגעלעבט. און איך בין געװען מיט זײ אין
קאָנטאַקט. און די שװעסטער איז אומגע-- האָט --
איז געשטאָרבן מער־װײניקער מיט צװײ יאָר
צוריק. און איר מאַן איז געװען אַ באַװוּסטער
פּײנטער [מאָלער] אין ישׂראל. פֿירסט [ערשטנס]
אין ליטע און נאַכער אין ישׂראל. איך װעל אײַך
קענען באַװײַזן, אױב איר װילט. געװיסע פֿון
זײַנע -- װײַל איך האָב זײַנע ביכער. זי האָט
מיר געשיקט מתּנות, יע.
ק"װ: און נאָך -- פֿאַר --
װ"ג: אָבער איר פֿרעגט אַבאָט [װעגן] אונדזער
באַציִונג צו ייִדיש. פֿאַרשטענדלעך אַז דאָס
76:00איז געװען מאַמע־לשון און װאָס מע האָט
גערעדט אין שטוב און אין גאַס. אָבער מיט
מײַנע חבֿרים -- און אין שול איז געװען
העברעיִש, נאָר העברעיִש. אַזױ אַרום אַז איך
קום אין ישׂראל, זײ װײסן קײן מאָל ניט אַז איך
בין ניט קײן היגע -- אַז איך בין ניט קײן
ישׂראלדיקער. װײַל מײַן העברעיִש איז זײער
גוט. איך װעל אײַך דערצײלן אַ געשיכטע, אױב איר
װילט. איך בין געקומען -- מיר זײַנען געװען אין
ירושלים. און מײַן שטיפֿמוטער האָט געהאַט אַ
קוזין, װעלכע האָט געלעבט אין אַ מושבֿ־זקנים
אין -- איך גלײב עס איז געװען פּתּח־תּיקװה.
האָבן מיר גענומען -- געדונגען אַ טאַקסי צו
פֿירן אונדז פֿון אונדער האָטעל אין
77:00פּתּח־תּיקװה צו באַזוכן מײַן שטיפֿמוטערס
קוזינע. איז -- און שטענדיק װען איך פֿאָר אין
אַ טאַקסי אין ישׂראל, זיץ איך מיט דעם טאַקסי
און מיר שמועסן. איך װיל -- איך בין אַלעמאָל
פֿאַראינטערעסירט צו װיסן װעגן זײַן לעבן, די
אומשטענדן אין לאַנד, אין זײַן פּערזענלעכן
לעבן. זיץ איך אַלעמאָל מיט זײ. און איך רעד
העברעיִש, פֿאַרשטענדלעך. זאָגט ער מיר, "פֿון
דײַן אַקצענט, זע איך אַז דו ביסט ניט פֿון
ירושלים. איז פֿון װאַנען ביסטו -- דו ביסט
פֿון תּל־אָבֿיבֿ, האַ?" זאָג איך, "נײן." "ביסט
ניט פֿון תּל־אָבֿיבֿ? איז ביסטו פֿון חיפֿה?"
זאָג איך, "נײן, איך בין פֿון
לאָס־אַנדזשעלעס." "ביסט פֿון
לאָס־אַנדזשעלעס? איז װי אַזױ רעדסטו אַזאַ
ליטעראַרישן עבֿריתּ?" זאָג איך, "װײַל איך
האָב געלערנט דאָס -- װי מע דאַרף דאָס לערנען
78:00אין מײַנע יונגע יאָרן." זאָגט ער, "איך האָב
געמײנט אַז דו ביסט אײנער פֿון די
פּראָפֿעסאָרן פֿון ירושלים־אוניװערסיטעט
װײַל דײַן עבֿריתּ איז זײער ליטעראַריש,
אָבער דײַן אַקצענט איז ניט קײן ירושלימדיקע."
זאָג איך, "איך בין ניט אײנער און ניט
ד'צװײטער." האָט ער -- זאָג איך, "הער זיך אײַן.
דו קענסט אפֿשר װאַרטן מער־װײניקער אַ שעה
און אַ האַלבן און נאַכער קענסטו פֿירן צוריק
אין האָטעל?" זאָגט ער, "באַשטימט! יע." האָט ער
אונדז געפֿירט צוריק. אַז מיר זײַנען געקומען
אין האָטעל, זאָג איך אים, "װיפֿל קום איך דיר
פֿאַר די צײַט װאָס דו האָסט געװאַרט און
פֿאַר די רײַזע?" זאָגט ער, "דו קומסט מיר ניט
קײן זאַך." זאָג איך, "װאָס איז מיט דיר?" זאָגט
ער, "אַ מענטש, װעלכער לעבט אין
לאָס־אַנדזשעלעס און רעדט מיט מיר אַזױ
העברעיִש, איז עס מײַן -- מײַן שׂימחה צו --
79:00אָנערקענען דיר אַלעס אַ גאַסט." זאָג איך,
"הער זיך אײַן. מאָרגן דאַרפֿן מיר פֿאָרן אין
תּל־אָבֿיבֿ. אָבער איך װיל טאַקע פֿאָרן מיט
דיר װײַל מיר זענען באַפֿרײַנדעט יעצט. מיר
קענען זיך יעצט. אָבער אָן קונצן. מאָרגן
דאַרפֿסטו מיר --" "נײן, נײן, נײן, מאָרגן װעל
איך בײַ דיר נעמען שׂכירות אַזױ װי פֿון יעדן
פּאַציענט -- פֿון יעדן -- ניט פּאַציענט -- פֿון
יעדן --"
ק"װ: פּאַסאַזשיר.
װ"ג: " -- פֿון יעדן קליענט." איך האָב געװאָלט
געני -- געזוכט דעם װאָרט "קליענט." אָבער דאָס
-- אַזױ זײַנען -- אַזױנע געשיכטעס. דאָס איז
דרך־אַגבֿ. אָבער עס קומט צום -- עס קומט אַרױס
80:00אין קורס פֿון אונדזער געשפּרעך, דערצײל איך
אײַך -- דאָס אײַך. אָקײַ.
ק"װ: צי זענען דאָ אַנדערע מעשׂיות פֿון די --
די יונגע יאָרן װאָס איר װילט צוגעבן צו דעם,
װאָס מיר האָבן געשמועסט?
װ"ג: יע, פֿאַרשטענדלעך. פֿון די יונגע יאָרן --
איר מײנט, ביז די שואה? אײדער -- בעפֿאָר דע
[פֿאַר דער] שואה?
ק"װ: פֿאַר דעם, יאָ.
װ"ג: ביטע?
ק"װ: פֿאַר דער שואה, יאָ.
װ"ג: װי זאָגט אין ייִדיש די "שואה"?
ק"װ: נו -- קריג, חורבן, מלחמה.
װ"ג: נײן, דאָס איז ניט -- ניט קײן גוטע איבערזעצונג.
ק"װ: מע קען זאָגן "שואה". דאָס איז פֿײַן.
װ"ג: איך גלײב אַז "שואה" איז באַװוּסט אין
ייִדיש אױך.
ק"װ: דאָס איז פֿײַן! יאָ, יאָ, יאָ, זיכער.
װ"ג: װײַל "האָלאָקאָסט" -- אין אַנדערע
שפּראַכן נוצט מען "האָלאָקאָסטאָ", לאָמיר
81:00זאָגן, אין איטאַליעניש זאָגן זײ
"האָלאָקאָסטאָ". װײס איך ניט צי
ייִדיש־רעדנדיקע משנטשן --
ק"װ: יעדער אײנער ניצט אַן אַנדער -- עס קען
זײַן --
װ"ג: -- זאָגן "האָלאָקאָסט" צי זײ זאָגן "שואה".
ק"װ: נו, זײ זאָגן "חורבן", אָדער --
װ"ג: "חורבן", אַ. אָ יע [אַ יאָ], גוט, "חורבן" איז
-- איז אפֿשר "חורבן"?
ק"װ: יאָ.
װ"ג: יע, דאָס איז אַ ריכטיקער -- דער ריכטיקער
נאָמענקלאַטור, יע.
ק"װ: יע. אַז פֿאַר דער חורבן --
װ"ג: פֿאַר דער חורבן --
ק"װ: -- האָט איר מעשׂיות װאָס איר װילט צוגעבן?
װ"ג: שור [זיכער]. איך װײס ניט װאָס -- װאָלט אײַך אינטערעסירן.
ק"װ: װאָס װעט געבן צו פֿאַרשטײן װי -- דאָס
װעלט איז געװען --
װ"ג: װי דאָס לעבן איז געװען, אַ? אַלזאָ אַזױ.
אין די צײַטן פֿון פּױלן איז געװען אַ סך
82:00אַנטיסעמיטיזם. אָבער אונדזער פֿאַמיליע
האָט געלעבט אין אַ פֿאַרהעלטניס־מעסיקן
זײער -- זײער רויִקן לעבן. הגם מיר האָבן
געלעבט אױפֿן דאָרף, און מײַן --
פֿאַרשטענדלעך מײַן פֿאָטער האָט
פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג אַ יאָר אין װילנע
װײַל ער איז געװאָרן אַ שותּף מיט צװײ אַנדערע
[מיסטער מאַכטײ און דאָבקעס?]. זײ האָבן געהאַט
אַ דיסטיליאַציע פֿון טערפּענטין. און ער איז
געװען אײנער פֿון די שותּפֿים. פֿלעגט ער
פֿאַרברענגען אַ סך צײַט אין װילנע, און מײַן
מוטער איז געװען אַן אײנציקע ייִדישע פֿרױ
אױפֿן דאָרף מיט צװײ קלײנע קינדער. אַלזאָ
אַרום האָט מײַן פֿאָטער אױסגעלערנט מײַן
83:00מוטער װי צו באַהאַנדלען אַ ביקס, אַ שטאַרקן
רעװאָלװער, אַ נאַגאַן. און מײַן מוטער האָט --
איז געװען אַ פֿעיִקע פֿרױ, און זי האָט
געװוּסט װי צו באַנוצן דאָס. און די -- די
מענטשן װעלכע האָבן געלעבט, אַז -- האָבן
געװוּסט אַז חנה גדוד -- גדוד איז געװען מײַן
נאָמען דרך־אַגבֿ, פֿאַר דער קריג. װיטש [װאָס]
איז -- דאָס איז אַ העברעיִשער נאָמען. ס'איז
דאָ אין -- אין תּנ"ך, "גד גדוד יגודנו והוא יגוד
עקבֿ [אױף גד זאָל מען אָנפֿאַלן די
אָנפֿאַלערס, אָבער ער װעל אױף זײ אָנפֿאַלן
באַלד נאָך]". באָט [אָבער] -- איך האָב געמאַכט
אַ נאַרישקײט אַז איך האָב געביטן מײַן
נאָמען פֿון גדוד טו [אױף] "גוד". אױב איך װעל
אײַך האָבן -- אױב מיר װעלן האָבן צײַט, װעל איך
אײַך ערקלערן די אומשטענדן פֿון דעם אױך.
יענדפֿאַלס די לאָקאַלע מענטשן האָבן
84:00געװוּסט, אַז חנה גדוד האָט אַ שטאַרקן ביקס,
און זי װײסט װי צו נוצן דאָס. און מײַן פֿאָטער
האָט אױך געװוּסט װי צו נוצן דאָס. װײַל זײ
האָבן געהאַט קאָמפּעטישאָנס [פֿאַרמעסטן]
מיט די לאָקאַלע באַפֿעלקערונג, (מאַכט מיט די
הענט אַז ער װאַרפֿט עפּעס) װער קען אָפּשיסן
אַ לײדיקע באָטל [פֿלאַש] פֿון דער לופֿטן. װי
עמעצער פֿלעגט דאָס --
ק"װ: װאַרפֿן --
װ"ג: -- װאַרפֿן אין דער לופֿטן, און װער פֿלעגט
קענען דאָס אָפּשיסן. און מײַן פֿאָטער
פֿלעגט אַלע מאָל אָפּשיסן דאָס. האָבן זײ
געװוּסט, און פֿאַקטיש האָט מײַן פֿאָטער
געהאַט אײן מאָל אַזאַ מין פּגישה מיט אַ
לאָקאַלן מענטשן, װעלכע האָט געמאַכט אַ --
װעלכע האָט -- (שמײכלען) איך זע אַז מײַן
פֿאָטאָגראַפֿער דאַרף אַ ביסל שלאָפֿן.
ק"װ: נײן, נײן, נײן!
85:00
װ"ג: -- מיט אַ לאָקאַלן מענטשן, װעלכער האָט
געאַרבעט פֿאַר אים. און מײַן פֿאָטער האָט
באַמערקט, אַז ער האָט געמאַכט די האָלץ מער
ניט אױסער דעם און אין -- און אינסײַד
[אינעװײניק] איז געװען פּוסט. האָט ער אים
באַמערקט, "הער זיך אײַן." זאָגט ער, "איך װעל
דיר ניט באַצאָלן פֿאַר דעם פֿול סקװער
[קװאַדראַטיש]־מעטער פֿון דעם, װײַל דו האָסט
געמאַכט אַ פּוסטן דאָס." איז דער מענטש זײער
אין כּעס געװאָרן אױף דעם -- אױף מײַן פֿאָטער.
און האָט גענומען אַן אַקס און געגאַנגען אים
שלאָגן. האָט מײַן פֿאָטער אַרױסגענומען זײַן
רעװאָלװער און ער האָט אים -- זאָגט ער, "ריר
זיך ניט, אָדער דו װעסט האָבן אַ פּאָקאָל אין
בױך. עס איז געװען -- יו נאָ [דו װעסט] -- אַזױ איז
געװען די װעלט. אַז דו האָסט געדאַרפֿט זײַן
פֿיפֿיק און -- פֿעיִק צו -- צו פֿאַרזיכערן
86:00דײַן לעבן. אָקײַ.
ק"װ: אַז די מאַמע האָט געװוּסט װי צו --
װ"ג: -- צו באַהאַנדלען. אָ יאַ [אַ יאָ]. יאָ, זײ
האָבן געװוּסט, יע. אָבער די מאַמע איז געװען
זײער, זײער אַ מיטפֿילדנע פּערזאָן. און עס
װעלן קומען צו איר אַ סך אָרעמע מענטשן -- איך
האָב אײַך אַלרעדי [שױן] געזאָגט פֿריִער --
זײַנען געװען ייִדן, צי ניט ייִדן -- פֿלעגט זי
יעדן -- װער עס פֿלעגט קומען הונגעריק פֿלעגט
ניט אַװעקגײן הונגעריק פֿון מײַן מוטערס הױז.
ק"װ: און זי פֿלעגט געבן באַנקעס?
װ"ג: יע, זי פֿלעגט -- פֿאַקטיש, יו קנאָ [דו
װײסט], אַז איך בין געװען אין כינע אױף אַ
באַזוך אין -- געװען אין טױזנט נײַן הונדערט
87:00אַכציקן יאָר האָב איך געבראַכט פֿון כינע אַ
-- באַנקעס צו האָבן דאָ. איך האָב דאָס קײן
מאָל ניט גענוצט אָבער איך האָב דאָס באַװיזן
מײַנע קינדער. דאָס זײַנען -- אַז איך האָב
געהאַט מײַן לונגען־אָנצינדונג, דאָס פֿלעגט
מען -- דאָס איז געװען די מיטלען צו הײלן אַ
מענטשן מיט אַ לונגען־אָנצינדונג. שטעלן באַנקעס.
ק"װ: און פֿאָלקס־מעדיצין האָט איר געהאַט
פֿון --
װ"ג: ניט -- יע, װעל [נו] -- פֿאַקטיש דער
טערפּענטין, װעלכער איז געװען -- װײַל ס'איז
געװען פֿאַרשײדענע שײדן פֿון טערפּענטין. די
ערשטע טערפּענטין, די בעסטע טערפּענטין פֿלעג
גײן צו די פֿאַרמאַצױטישע פּראָדוקטן. און
דאָס פֿלעגט גײן פֿאַר הוץ־מעדעטשין -- קאָף
88:00מעדיסין. הוץ־מעדעצין, מעדיצין -- די אַנדערע
פֿלעגט גײן פֿאַר פֿאַרשײדענע אַנדערע
פּראָדוקטן. אָבער זײַנען געװען -- און
פֿאַרשטענדלעך אַספּירין -- דאָס איז דער
עלטסטער מעדיצין װאָס איז אַנטװיקלט געװען
בײַ בײַער אין טױזנט אַכט הונדערט פֿינף
אָדער זעקס און נײַנציקן יאָר. אײנע פֿון די
עלטסטע מעדיצינען איז אַספּירינע, אַספּירין.
יע. אָבער טערפּענטין פֿלעגט זײַן באַנוצט
פֿאַר פֿאַרשײדענע פֿאָלקס־מעדיצין.
ק"װ: אַז -- אַנדערע זאַכן װאָס איר װילט צוגעבן
צו דעם?
װ"ג: יע, פֿאַרשטענדלעך. דאַרף מען באַטראַכטן.
[הפֿסקה אין רעקאָרדירונג]
ק"װ: איר האָט אַ װיץ?
װ"ג: יע, מיר האָבן גערעדט װעגן שלום
אַבראַמאָװיטש -- שלום ראַבינאָװיטש. האָב איך
89:00זיך דערמאָנט. אַ מענטש זאָגט, "ראַבינאָװיטש!
ראַבינאָװיטש! װאָס פֿאַר אַ -- רײַסטו דעם
נאָז אַזױ הױך?" זאָגט ער, "װײַל איך טראָג דעם
טאַטנס אַלטע קאַמיזעלקע." "נו, איז װאָס?" "איז
איבערגעמאַכט פֿון טאַטנס אַלטע הױזן." "נו,
איז װאָס?" "עס שטינקט." אַלרײַט [גוט].
ק"װ: גוט. אַז -- להבֿדיל --
װ"ג: להבֿדיל -- יע, װערי גוד [זײער פֿײַן].
ק"װ: איך װיל פֿרעגן װעגן -- װאָס האָט איר
געמײנט װען װילנע איז געװאָרן אַ לעטװישע
שטאָט? װאָס געדענקט איר פֿון דעם?
װ"ג: װעל [נו], די סאָװיעטן -- איר מײנט װעגן די
90:00סאָװעטישע צײַטן, יע?
ק"װ: יאָ.
װ"ג: יע. װעל [נו], די סאָװיעטן האָבן געדאַרפֿט
האָבן אַ צוגאַנג צום באַלטישן ים. און דאָס
איז געװען קלײַפּעדאַ, מעמל. איז האָבן זײ
געמאַכט אַ ביזנעס [געשעפֿט] מיט די ליטװינער,
אַז מיר װעלן אײַך איבערגעבן װילנע, און מיר
װעלן האָבן דעם צוגאַנג צום באַלטישן ים.
האָבן די ליטװינער געזאָגט, אַז װילניִוס
מוסו, ליִעטוּװאַ יוסו -- װילנע װעט זײַן
אונדזערער אָבער ליטע װעט זײַן זײערער. און
דאָס האָבן זײ פֿאַרשטאַנען און פֿאַקטיש אַ
יאָר שפּעטער האָבן זײ געמאַכט אַ פּלעבעסציט
91:00אין די טרי [דרײַ] באַלטישע לענדער. ליטװע
[ליטע], לאַטװיאַ [לעטלאַנד], און עסטאָניע. און
זײַנען געװאָרן פֿרי [פֿרײַ] סאָװעטישע
רעפּובליקעס. פֿאַרשטענדלעך אַז די
באַפֿעלקערונג האָט געװאָלט צוטײלן זיך צו
מוטער רוסלאַנד. דאָס איז געװען פֿאַרשטענדלעך.
ק"װ: און די -- װאָס האָט געביטן אין אײַער לעבן
װען די סאָװיעטן זענען אַרײַן?
װ"ג: װעל [נו] -- ערשטנס, איז -- די ציוניסטן און
בורשױען זײַנען ניט געװען אַ גוטער עלעמענט
פֿאַר די סאָװיעטן, איר פֿאַרשטײט. איז -- און
92:00מײַן פֿאָטער איז געװען -- פֿון בײדע זײַטן איז
ער געװען אַ רעליגיעזער ייִד. און אױך ער איז
געװאָרן אַ גאַנץ העפֿטיקער
אינדוסטריאַליסט. איז פֿאַקטיש -- צו דער ענדע
פֿון די סאָװיעטן, אײדער די דײַטשן זײַנען
אָנגעפֿאַלן, זײַנען מיר געװען אױף אַ ליסט
[רשימה] אױף צו -- איך װײס ניט צי מיר זײַנען
געװען אױף די ליסט, אָבער מיר האָבן מורא
געהאַט, אַז די סאָװיעטן קענען אונדז
אַרױספֿירן. און מיר זענען אַרױסגעגאַנגען
פֿון שטוב מער־װײניקער אױף עטלעכע טעג. אָבער
ס'איז קײן -- זײ האָבן אונדז ניט געזוכט. האָבן
מיר זיך דערװוּסט שפּעטער. אָבער מײַן
פֿאָטערס אָנקל, דער ראָש־ישיבֿה פֿון מיר --
93:00איז װען די סאָװיעטן זײַנען געקומען אין מיר,
און װילנע איז געװען אַ -- רעפּובליק ניט
אונטער די סאָװעטן אין נײַן און דרײַסיקן
יאָר -- איז דער אָנקל מיט זײַן פֿרױ, מיט זײַן
טאָכטער, אײדעם, און קינד זײַנען געקומען אין
װילנע. װײַל װילנע איז געװען אַ ליטװישע
רעפּובליק אונטער סמעטאָנאַ. האָבן זײ געלעבט
בײַ אונדז אין דירה. פֿאַקטיש, פֿאַר צװײ יאָר
-- די פֿינף מענטשן. און אַ װאָך פֿאַר דער
מלחמה, װען די דײַטשן זײַנען -- אַ װאָך אײדער
די דײַטשן זײַנען אָנגעפֿאַלן אױף רוסלאַנד,
האָט מען אַרױסגעפֿירט מײַן פֿאָטערס אָנקל,
דעם ראָש־ישיבֿה פֿון מיר. יוסף שלמה גורװיטש.
94:00אַז מײַן פֿאָטער האָט זיך דערװוּסט, האָט ער
געדונגען אַ טאַקסי און געפֿליט נאָך דעם
װאַגאָן מיט די מענטשן װאָס זײַנען געװען
דעפּאָרטירט, און האָט אים געבראַכט
װינטערדיקע בגדים, און פֿינף הונדערט רובל
האָט ער איבערגעגעבן פֿון -- פֿון די טאַקסי
דורכן -- דורך דעם װינדאָ [פֿענסטער].
ק"װ: פֿענצטער --
װ"ג: האַ?
ק"װ: פֿענצטער?
װ"ג: פֿענצטער פֿון -- פֿון דעם װאַגאָן. און ער
האָט טאַקע דורכגעלעבט די דרײַ יאָר פֿון
מלחמה. און שפּעטער, נאָך דער ענדע פֿון דער
מלחמה מיט די דײַטשן, איז -- אַלס אַ פּױלישער
בירגער איז ער געקומען אין פּױלן, און זײַנע
95:00תּלמידים האָבן אים גענומען צו פּאַריז, און
דאָרטן איז ער אַװעקגעפֿאָרן אין
פּאַלעסטינע, און ער איז געװען -- און ער איז
געװען אין בני־ברק ביזקל די צײַט װאָס ער איז
געשטאָרבן. און ער איז געשטאָרבן אין דעם
עלטער פֿון זיבן און נײַנציק יאָר. און ער
האָט שטענדיק געקאָרעספּאָנדירט מיט מײַן
פֿאָטער. און ער האָט קײן מאָל ניט
געקאָרעספּאָנדירט װעגן פּערזענלעכע זאַכן.
נאָר װעגן דיסקוסיעס אין תּלמוד. איך האָב
זײַנע געשריפֿטן צו מײַן פֿאָטער, יע.
ק"װ: אַז -- װאָס פֿון די ייִדישע -- װאָס קענט
איר דערקלערן װעגן די ייִדישע קהילה אין
װילנע. װײַל פֿאַרשטײט זיך איז געװען "ירושלים
96:00דליטא". און װען איר האָט געװױנט דאָרטן, האָט
איר אָנטײל נעמען אין די -- אין די
אָרגאַניזאַציעס, גײן אין טעאַטער, אַזעלכע זאַכן?
װ"ג: יע. װעל [נו], איך װיל אײַך -- דיר זאָגן אַז
פֿאַרשטענדלעך איך בין געװען אַ קינד. איך בין
געװען -- אַז די מלחמה איז אױסגעבראָכן, בין
איך געװען פֿופֿצן יאָר אַלט. אַלזאָ מײַנע
זעלפֿ -- סאָשאַל [געזעלשאַפֿטלעך] --
זעלפֿטליכע אַקטיװיטעט איז געװען זײער
באַגרענעצט, פֿאַרשטענדלעך, יע.
ק"װ: האָט איר געװוּסט אַז שרײַבער װױנען אין
שטאָט און -- ?
װ"ג: יע, פֿאַרשטענדלעך, יע. אָבער מיר -- ביז --
97:00איך בין געװען אין -- אין דער העברעיִשער טײל
פֿון דער שטאָט. איר פֿאַרשטײט? יע.
ק"װ: און צי קענט איר זאָגן אַ פּאָר װערטער
װעגן אַבא קאָװנער? װי איז ער געװען
דעמאָלט־צײַט, פֿאַר דער אױסבראָכן פֿון מלחמה?
װ"ג: װעגן אַבא קאָװנער קען איך אײַך זאָגן
ערשטנס ער איז געװען מײַן מדריך -- מײַן --
ק"װ: יאָ, מדריך.
װ"ג: יע, מײַן מדריך אין דער צײַט װען איך בין
געװען אין ערשטן קלאַס גימנאַזיע. און נאַכער
האָב איך געװוּסט נאָך דער מלחמה, װײַל איך
בין אין געטאָ ניט געװען, איר פֿאַרשטײט?
אַלזאָ ער איז געקומען -- ס'איז געװען זײער אַ
טראַגישע -- איך קען אײַך דערצײלן אַ געשיכטע
װעלכע איז זײער אומעטיק פֿאַר מיר, און זײער
98:00טראַגיש, װאָס איז געשען צו אים. ער איז
געגאַנגען אין תּל־השמור צו אַן
אָטאָלאַרינגאָלאָג. ער איז געװען הײזעריק.
האָט דער אָטאָלאַרינגאָלאָג געפֿונען אַ
פּאָליפּ. אַ פּאָליפּ איז אַ גוטער געװוּקס.
און ער האָט דאָס אַרױסגענומען, און ניט
געגעבן צו פֿאָרשן פֿאַר היסטאָלאָגיע. איר
פֿאַרשטײט? ער האָט דאָס ניט געשיקט צום
פּאַטאָלאָגישע לאַבאָראַטאָריע. ער האָט
דאָס אַרױסגעװאָרפֿן. דאָס איז אַזאַ חוצפּה
צו טאָן. ער איז געװען אַזױ סעלף־קאָנפֿידענט,
אַזױ זיכער אין זײַן חכמה, אַז ער האָט דאָס --
"פּשוט אַ פּאָליפּ, ס'איז גאָרניט" --
אַרױסגעװאָרפֿן. אַ יאָר שפּעטער איז זײַן
הײזעריקײט געקומען צו אים -- אַגען [נאָך אַ
99:00מאָל]. איז ער -- האָט מען דאַן פֿאַרשטאַנען
אַז ער האָט געהאַט אַ קאַנסער [ראַק] פֿון
לאַרינקס. ער איז געװען -- ער האָט גערױכערט
זײער פֿיל. און דאָס איז זײער אַ טראַגישע
זאַך. איז ער געקומען אין אַמעריקע. ער איז
געװען פֿאַקטיש דאָ בײַ אונדז. און איך האָב
אים געראַט גײן אין ניו־יאָרק אין דעם
אינסטיטוט װוּ מײַן פֿרױ האָט געאַרבעט אײדער
מיר זײַנען געקומען אין קאַליפֿאָרניע. דע
קאַנסער אינסטיטוט, דע מאָסט רענאַאונעד--אײַ
האַװ אַ בלאָק פֿאָר איץ נײַם נאַאו. [די
אינסטיטוט פֿון ראַק, די מערסטן באַרימט--איך
קען די נעמען ניט געדענקן פּונקט איצט.] און
פֿאַרשטענדלעך אַז ס'איז געװען צו שפּעט, און
ער איז געשטאָרבן אַ שװערן -- אַ שװערן טױט. יע.
100:00דאָס איז געװען זײער אַ שױדערלעכער טעות פֿון
אַ דאָקטער װעלכער האָט ניט -- װעלכער האָט
געהאַט צו פֿיל טרױיִקײט אין זײַן אײגענע
חכמה. אַקטואַלי -- פֿאַקטיש אין תּלמוד איז
דאָ אַ געשריפֿט, װעלכע זאָגט אַז אַ דאָקטער
קען זײַן -- איז ענלעך צו אַ רוצח, צו אַ
מערדערער. און דאָס איז פֿאַקטיש -- רופֿא
כּרוצח דמי. דאָס איז אין אַראַמעיִש. אַ
דאָקטער איז אַנאַלאָגיש צו אַ -- צו אַ
מערדערער. און פֿאַקט -- מײַן פֿאָטער, װען ער
איז געשטאָרבן, איז דאָ צװישן ייִדישע -- בײַ
101:00ייִדן איז דאָ שיבֿעה־זיצן. איז דאָס זיבן
טעג. מײַן פֿאָטער האָט מיר געזאָגט, דו האָסט
זײער אַ װיכטיקע סאָציאַלע אַרבעט צו טאָן.
זאָג איך דיר, אַז דו זאָלסט זיצן שיבֿעה נאָר
דרײַ טעג און נאַכער גײ צוריק צו דײַן אַרבעט.
דאָס איז געװען אײנער פֿון מײַן פֿאָטערס צװאָות.
ק"װ: אַז -- צוריק אין די -- אין װילנע -- װאָס
געדענקט איר פֿון -- נו, האָט איר געװוּסט,
געהאַט נײַעס פֿון װאָס קומט פֿאָר אין פּױלן
װען די דײַטשן זײַנען אַרײַן? האָט איר
געװוּסט פֿון דעם? געהערט?
װ"ג: יע. סאָ [אמת] -- איר װילט איבערגײן יעצט צו
די צײַטן װען די דײַטשן זײַנען אַרײַן?
ק"װ: נו, עס --
װ"ג: צי נײן?
ק"װ: יאָ, איך זאָג אַז אײדער זײ זײַנען אַרײַן
102:00אין װילנע, זײַנען זײ אַרײַן אין פּױלן. האָט
איר געװוּסט -- געהערט פֿון שאירת־הפּליטה
װאָס זײַנען געקומען קײן פּױלן --
װ"ג: יע, װײַל װילנע האָט געהאַט -- איך גלײב
אַרום זיבעציק, פֿינף און זיבעציק טױזנט
מענטשן, און די פּליטים זײַנען
אַרײַנגעקומען. איך װײס ניט גענױ װיפֿל
פּליטים זײַנען אַרײַן אין װילנע, נאָר ס'איז
געװען, איך גלײב, צװישן פֿינף און צען טױזנט
פּליטים פֿון מערבֿ־פּױלן קײן װילנע. האָבן
מיר געװוּסט, פֿאַרשטענדלעך און פֿאַקטיש
ס'איז געװען אַ צײַט װען זײַנען געװען עטלעכע
מענטשן פֿון -- פֿינף מענטשן פֿון װאַרשע
װעלכע האָבן געלעבט בײַ אונדז אין די
טערפּענטין־הױז. װען מיר האָבן געלעבט אין
103:00װילנע, האָבן זײ געלעבט בײַ אונדז אין הױז אין
-- לעבן נעמענטשין. זײַנען געװען פֿינף מענטשן
פֿון װאַרשע. יע, מיר האָבן געװוּסט אָבער
פֿאַרשטענדלעך מיר האָבן ניט געװוּסט פֿון
דעם מאַשטאַב, פֿון דעם ביזקל אַ סך שפּעטער,
ביזקל אײן און פֿערציקן יאָר.
ק"װ: אַז -- און װען די דײַטשן זענען אַרײַן אין
װילנע, װוּ זענט איר געװען און װאָס געדענקט
איר פֿון דעם טאָג?
װ"ג: יע, װעל [נו], דאָס איז אַ לאַנגע געשיכטע
אײַך דערצײלן. װען -- דאָס איז געװען אױף
שבת־טאָג. און איך בין אַװעק מיט צװײ אַנדערע
חבֿרים פֿון מײַן קלאַס, פֿון גימנאַזיע. און
104:00צװײ מײדלעך פֿאָרן אױפֿן קאַיאַק, אױף די
װיליע. דאָס איז אַ טײַך פֿון װילנע.
מער־װײניקער אַרום צװעלף בײַ טאָג -- עלף,
אָדער צװלעף בײַ טאָג -- אָ, און אין -- מיר
האָבן זיך געטראָפֿן אין די הױז פֿון ראובֿן
װאָראָנין. און דאָרטן האָט געלעבט אַ
ייִדישער ען־קע־װע־דע־אַגענט. און מיר האָבן
געהערט די נײַעס פֿון אױף דער -- אױפֿן
ראַדיאָ, אַז די דײַטשן האָבן אָנגעפֿאַנגען
גײן קעגן די רוסן. האָבן מיר אים געפֿרעגט, טוט
ער -- האָט ער אָנגעטאָן דעם ראַדיאָ פֿון
מאָסקװע, אָדער מינסק. איך געדענק ניט. זאָגט
ער, "נאָ [נײן], זײ רעדן װעגן פֿאַרשײדענע זאַכן
105:00פֿון אַטלעטישע זאַכן אין מינסק. קײן זאַך
געשעט ניט." טאַקע קײן סך ניט געװוּסט, און ער
איז געװען אַן ען־קאַ־װע־דע־אַגענט.
מער־װײניקער אַרום עלף־צװעלף אַ זײגער האָבן
מיר געזען אַז די הימל איז געװען פֿול פֿון
עראָפּלאַנען. פֿון אָנהײבן האָבן מיר געמײנט
אַז דאָס זײַנען געװען איבונגען פֿון דער
סאָװיעטישער פֿלאָטע. אָבער נאָך אַ געװיסע
װײַלע האָבן מיר -- האָבן מיר געהערט
געפֿערלעכע באָמבאַרדירונגען. האָבן מײַנע
חבֿרים געװאָלט פֿאָרן -- לױפֿן צוריק אין
װילנע. מיר זײַנען געװען מער־װײניקער
צען־צװעלף קילאָמעטער אַװעק פֿון װילנע אין
דער ריכטונג פֿון נעמענטשין. איך בין געװען
דער אײנציקער -- איך בין געװען דער ייִנגסטער
פֿון זײ. װײַל איך בין איבערגעשפּרונגען -- אַז
מיר זײַנען אַװעקגעגאַנגען פֿון
תּרבות־גימנאַזיע, האָב איך צו אַ -- צו דער
106:00ייִדישער גימנאַזיע -- איז אַ סך פֿון דער
עפּשטײן־גימנאַזיע, װעלכע איז געװען אַ
פּױלישע. די לערנענס --
ק"װ: סעמינאַר? סעמינאַר? נײן.
װ"ג: נײן, שפֿה -- לאַנגואַדזש [לשון] -- איז
געװען פּױליש. אָבער אַז מיר זײַנען געװען
אַװעק -- אַז מיר זײַנען געקומען צו דעם -- מיר
האָבן פֿאַרלאָזן תּרבות־גימאַנזיע, װײַל
ס'איז געװאָרן אַ ייִדיש־גימנאַזיע. האָבן
מיר געזאָגט, אַז מיר װילן ניט הערן ייִדיש
אין די װענט פֿון דער העברעיִשער תּרבות.
זײַנען מיר אַװעק צו אַ ייִדישער גימנאַזיע.
און מיט דעם האָב איך דורכגעשפּרונגען אַ
יאָר, װײַל איך האָב געקענט ייִדיש. און די
אַנדערע האָבן -- זײַנען געװען פּאָלאָניזירט.
און זײ האָבן ניט געקענט קײן ייִדיש. דערפֿאַר
107:00האָב איך געענדיקט גימנאַזיע אַ יאָר אײדער --
אײדער איך בין געװען -- אײדער נאָרמאַלע. איך
בין געװען זיבעצן יאָר אַנשטאָט פֿון אַכצן
יאָר װען איך האָב געענדיקט גימנאַזיע, צוליב
דעם װי איך האָב געביטן די שולן. איך האָב
געקענט ייִדיש. איך בין ניט געװען דער
ייִנגסטער מיט די חבֿרה װאָס איך בין
געפֿאָרן. איך האָב פֿאַרשטאַנען אַז דאָס
איז ניט די צײַט צו גײן צוריק אין װילנע. אַז
ס'װעט זיך באַרויִקן, װעלן מיר קומען אין
שטאָט. יעצט, פֿאַר װאָס -- מיר זײַנען יעצט אין
אַ רויִקן אָרט. פֿאַר װאָס דאַרפֿן מיר גײן
צו דעם באָמבאַרדירונג? האָבן מיר געװאַרט
אין אָװנט. האָט זיך דאָס באַרויִקט. זײַנען
מיר געקומען אַהײם. דאַן איז געװאָרן -- געװען
אַ גרױסע סיכסוך צװישן מײַנע עלטערן און מיר,
108:00װאָס מיר זאָלן טאָן. מײַן פֿאָטער און מוטער
מיט מײַן ייִנגערן ברודער -- זאָגן זײ, "װעל
[נו], זײ קענען -- זײ קענען ניט אַנטלױפֿן יעצט
מיט די פּליטים." אָבער איך האָב געװוּסט -- איך
האָב געהערט אַז די דײַטשן קאַסטרירן יונגע
ייִדישע ייִנגלעך. דאָס איז געװען פֿאַר מיר
אַ געפֿערלעכער -- אַ געפֿערלעכע זאַך. זאָג
איך, איך װעל אַנטלױפֿן -- איך װיל אַנטלױפֿן
פֿון די דײַטשן. מיט אַ חבֿר, װעלכער האָט
געלעבט אױף װילקאָמירסקע־גאַס. ס'איז געװען
נאָענט צו -- זײער -- אַ האַלבער בלאָק פֿון װוּ
איך האָב געלעבט. האָבן מיר באַשלאָסן, אַז
מיר װעלן לױפֿן אױף אודנזערע ביציקלעטן קײן
מינסק. איז איך און ער -- האָט מײַנע עלטערן
געמאַכט מיר אַ רוקזאַק מיט װאַרעמע זאַכן,
109:00און געגעבן מיר געלט. און מיר זײַנען -- איך און
מײַן חבֿר זײַנען אַװעקגעפֿאָרן מיט -- אױף די
ביציקלעטן אין דער ריכטונג פֿון מינסק. לײדער
זײַנען מיר געפֿאָרן אױף דעם דרומדיקן װעג,
װײַל אַן אַנדער פֿרײַנד װעלכע איך האָב
באַגעגענט אַ סך יאָר שפּעטער -- ער איז געװען
אין דעם זעלבן מצבֿ. אָבער אים האָט אַ
סאָװיעטשיע סאָלדאַט געזאָגט, אַז ער זאָלן
ניט פֿאָרן די װעג, נאָר זאָל גײן אױפֿן די
צפֿונדיקע װעג. און ער איז אַרײַן אין די
סאָװיעטן -- מיט די סאָװיעטן קײן סאָװיעטישן
לאַנד. און מיר זײַנען געקומען אין מינסק.
אָבער מינסק איז שױן דאַן געװען פֿאַרצאַמט
פֿון בײדע זײַטן פֿון די דײַטשן. און די
רוסישע אַרמײ איז געװען אין מינסק. אַלזאָ
110:00אַרום האָב איך זיך געפֿונען אין אַ פֿרעמדע
שטאָט, אונטער די הערשאַפֿט פֿון די דײַטשן.
האָב איך באַשלאָסן טו [צו] גײן צוריק קײן
װילנע. אױפֿן װעג האָבן מיר די פּױערים
געראַבירט מײַן ביציקלעט, מײַן רוקזאַק. אַלץ
װאָס איך האָב געהאַט. איך בין געקומען אין
שטאָט מיט אַ פּאָר הױזן, און אַ באָרװעסער.
אין דעם מאָמענט בין איך געקומען אַהײם, און
צװײ טעג שפּעטער -- דאָס איז געװען יולי,
דרײַצנטער, אײן און פֿערציקטער יאָר. בין איך
געגאַנגען צו דעם פּאַריק־מאַכער צו האָבן אַ
111:00-- הערקוט [צו אָפּשערן זיך]. אױף מײַן װעג --
דאָס איז געװען אױף סובאָטש אין װילנע -- אױפֿן
װעג האָב איך באַמערקט אַ דײַטש מיט אַ -- צװײ
דײַטשן, און אַ ייִדישער ייִנגל אױפֿן -- אױף
זײַן מאַשין. און איך בין -- האָב איך זיך
צוגעאײַלט און איך בין אַרײַנגעגאַנגען צום
פּאַריק־מאַכער. איך האָב זיך אַװעקגעזעצט.
דאַן האָט מען שױן געדאַרפֿט טאָן -- האָבן די
יודע־לאַטע אױפֿן דאָס. און איך האָב
אַראָפּגענומען די לאַטע און איך האָב געמײנט
אַז מע װעט מיך ניט דערקענען. האָט מען מיך
גלײַך דערקענט און געזאָגט, "יו [דו], יודע
[דײַטש: ייִד], קאָם אין, קאָם אין [דו, ייִד, קום
אַרײַן, קום אַרײַן]" -- קום, קום אױפֿן דאָס.
און ער האָט מיר גענומען אױף זײַנע -- אױף
112:00זײַנע אױטאָ.
ק"װ: מאַשין?
װ"ג: אױף זײַן מאַשין, יע. און ער האָט
אױפֿגעקליבן נאָך אַ פּאָר מענטשן, און ער
האָט אונדז אַרומגעפֿירט אין גאָרטן פֿון
בערנאַרדינקע, האָט דאָס געהײסן, אין װילנע.
און זײ האָבן אױפֿגעקליבן פֿינף הונדערט
מענטשן. און מיר זײַנען געשט-- זײ האָבן אונדז
געזאָגט, אַז אין דער פֿרי װעט מען אונדז
נעמען אױפֿרײניקן די באָמבאַרדאַמענ-- די
רויִנעס פֿון באָמבאַרדאַמענטן פֿון אַ
שטאָט -- איך גלײב -- איך מײן אַז ס'איז געװען
אָשמענע. איך געדענק ניט גענױ װוּ. איך גלײב
אַז ס'איז געװען אָשמענע. האָבן מיר געזאָגט,
"װאָס װעלן מיר דאַרפֿן טאָן?" "איר װעט
דאַרפֿן אױפֿנעמען דאָס און ניט -- די
אױפֿגעריסענע -- ניט די אױפֿגעריסענע באָמבעס
װעט איר אױך דאַרפֿן נעמען." זאָג איך -- האָב
113:00איך אים געזאָגט, "װעט דאָך דאָס קענען
דערהרגענען מיר." זאָגט ער -- האָב איך דאָס קײן
מאָל ניט פֿאַרגעסן, אָבער ער איז געװען
גערעכט. איך האָב דאָס דאַן ניט פֿאַרשטאַנען.
"שײַסע איסט דײַן לעבען, יודע [דײַטש: דײַן
לעבן איז דרעק, ייִד]." זי האָבן פֿאַרשטאַנען?
יע. איך האָב ניט פֿאַרשטאַנען דאַן, װאָס ער
ער האָט געמײנט. אָבער ער איז געװען זײער
ריכטיק אין װאָס ער האָט געזאָגט. אָבער איך
האָב דאָס קײן מאָל ניט פֿאַרשטאַנען.
יעדנפֿאַלס -- מיר האָבן געקענט -- איך האָב
געקענט אַװעקלױפֿן פֿון דעם גאָרטן. געװען --
אױב איך דאַרף גײן דאָרטן טאָן אַרבעט, איז --
מאַכט מיר ניט אױס. אין דער פֿרי האָבן זײ
גענומען אױף -- אױף טרוקס [משׂא־אױטאָס]. װי
זאָגט מען טרוקס אױף ייִדיש?
ק"װ: לאַסט? לאָסט? נײן.
װ"ג: מאַכט ניט אױס. נו, טרוקס. האָבן זײ
גענומען -- האָבן זײ אונדז גענומען אױף טרוקס.
114:00מער װײניקער, צװאַנציק, עטלעך און צװאַנציק
מענטשן, און זײ האָבן געזאָגט אַז זײ פֿירן
אונדז אין מאָלאָדעטשנאָ. דאָס איז געװען דער
אָרט טאַקע. אין מאָלאָדעטשנאָ צו אױפֿרײניקן
די פּלײס [פּלאַץ] װײַל מאָלאָדעטשנאָ איז
געװען גאַנץ װײַט, מער װײניקער צװאַנציק -- אָ,
זײ האָבן פֿאַרשטעלט די -- דעם טרוק מיט --
בלײַנדס [שטאָרעס].
ק"װ: יאָ, איך װײס ניט. צו מאַכן בלינד.
װ"ג: יאָ, מיר זאָלן ניט זען װוּ מיר פֿאָרן.
צװאַנציק מינוט שפּעטער, װען מיר זענען
אָנגעקומען, האָבן זײ אַראָפּגענומען די -- די
בלײַנדס פֿון דעם טרוק, און מיר זעען צװײ
מאַשין גונס אין פֿראָנט אָף [צװײ
115:00פּולעמיאָטן פֿאַר] אונדז. און צענדליקער
ליטװינער, געװיסע מיט רעװאָלװערן, געװיסע מיט
ביקסן, אײן דײַטש, נאָר אײן דײַטש, מיט אַ
פֿאָטאָגראַפֿישע מאַשינע און אַ רעװאָלװער.
און זײ האָבן געשריִען אין -- אין ליטואַניִע--
אין ליטװיש, "רירט זיך ניט! מאַכט ניט קײן
טומלט! אױב איר רעדט, װעלן די מאַשין-- אַרױ --
מאַשין גונס [פּולעמיאָטן] װעלן אַרױסגײן. איר
װעט אַלע דערהרגעט װערן. איר קענט ניט רעדן
און מאַכן קײן קאָמאָשאָן [גערודער]. קײן --"
ק"װ: טומל.
װ"ג: יע. און זײ האָבן אַפּגענומען אונדז אײנער
-- אײנעם יעדן מאָל און אַװעקגעפֿירט. און מיר
האָבן געהערט פֿון דער װײַטן שיסערײַ. אַז
116:00מײַן צײַט איז געקומען, בין איך געגאַנגען,
און איך האָב פֿאַרשטאַנען װאָס עס קומט
פֿאָר. איך האָב -- מיר האָבן דאָס ניט געװוּסט.
װײַל איך בין געװען אָדער אין דער ערטשער
אַקציע, פֿילײַכט אין דער צװײטער אַקציע,
אָבער קײנער האָט ניט געװוּסט פֿון די מערדער
פֿון ייִדן. און איך האָב פֿאַרשטאַנען אָבער
איך האָב ניט געגלײבט אַז דאָס װעט זײַן -- אַז
דאָס איז דער לעצטער מינוט פֿון מײַן לעבן.
און איך בין געגאַנגען פֿאָרױס פֿון אַ
עקסעקושאָנער [קאַט], פֿון אַ שיסער. ער איז
געגאַנגען מיט אַ הענט־רעװאָלװער צוריק פֿון --
ק"װ: הינטער.
װ"ג: װי?
ק"װ: הינטער, יאָ.
װ"ג: יע -- צוריק פֿון מיר. און אַז איך בין
117:00געקומען נאָענטער -- און זײ האָבן געהאַט
קבֿרים, אױסגעגראָבענע -- און איך האָב געזען
אַז געװיסע מענטשן זענען געלעגן לעבן די
קבֿרים. און בײַ צופֿעליק, אין גאַנצן
צופֿעליק, האָב איך געקוקט און איך האָב
אָנגעשטױסן אַ שטײן אין מײַן װעג. און איך בין
געפֿאַלן. און אין דעם מאָמענט האָט דער -- איז
דער שאָס אַרױסגעגאַנגען. איר פֿאַרשטײט? איך
האָב -- דאָס איז ניט געװען פּלאַנירט. נאָר
דאָס איז געװען קאָאָרדינירט. איך האָב
אָנגעשטױסן זיך, געפֿאַלן, און דער שאָס איז
אַרױסגעגאַנגען, און ער האָט געמײנט -- ער איז
געװען שיכּור -- און ער האָט געמײנט אַז איך
בין געפֿאַלן אין רעזולטאַט -- אַלס אַ
רעזולטאַט פֿון זײַן שאָס. בין איך געבליבן
לײגן אַזױ װי איך בין געװען. און עטלעכע
118:00מענטשן שפּעטער -- איז אײנער פֿון די מענטשן
געפֿאַלן אױף מיר. און ער איז -- און איך האָב
געפֿילט די -- די קאָנװוּלסיעס פֿון -- פֿון
שטאַרבן. אױף מיר דאָס איז געװען אַ
געפֿערלעכע -- געפֿערלעכע געפֿילונג. און איך
בין געבליבן אַזױ װי איך בין געװען. און דאָס
האָט גענומען פֿיל שעהען ביזקל זײ האָבן
געענדיקט. איך האָב זיך דערװוּסט שפּעטער אַז
עס זענען געװען מער־װײניקער פֿינף הונדערט
מענטשן. און איך װײס ניט גענױ צי איך בין געװען
אין דער ערשטער גרופּע פֿון עקזעקוציע אָדער
דער צװײטער. דאָס האָב איך קײן מאָל ניט
געקענט פֿעסטשטעלן. אָבער איך בין געװען
אָדער דער ערשטער אָדער אין דער צװײטער
גרופּע פֿון עקזעקוציע.
119:00
ק"װ: און דאָס איז געװען אין פּאָנאַר?
װ"ג: אין פּאָנאַר, יע. אַז די שיסערײַ האָט זיך
אױפֿגעהערט, האָב איך אַראָפּגענומען דעם
קערפּער, דעם טױטן מענטש פֿון מי [מיך] -- און
איך קום -- איז איך װיל זען װוּ איך קען
אַרױסגײן. און איך זע אַ גרױסע װאַנט פֿון
באַרבדט װײַר [שטעכלדראָט] --איך װײס ניט --
פֿון געפֿליקטע דראָט -- דאָס בעסטע װאָס איך
קען איבער-- זײער הױך. האָב איך ניט געװוּסט
װאָס צו טאָן. בין איך געגאַנגען פֿון דעם
אָרט פֿון װעלכן איך בין געקומען. אָבער אױף --
אין דעם טױער פֿון װעלכן איך בין -- דער טרוק
איז געקומען, זײַנען געװען צװײ װאַכמאַן.
120:00אײנער פֿון זײ האָט מיר באַמערקט. און געשאָסן
אָבער ער האָט מיר ניט געטראָפֿן. האָב איך
זיך אײַנגעבױגן און איך האָב געלאָפֿן צוריק
צו װוּ דער קבֿר איז געװען. און דאָס איז געװען
אײנער פֿון די שרעקלעכסטע מאָמענטן אין מײַן
לעבן. װײַל איך האָב געװוּסט אַז זײ װעלן
קומען זוכן מיר. איך האָב ניט געקענט
איבערקריכן די װאַנט פֿון דעם -- פֿון די
דראָטן, װײַל זײ װאָלטן מיר געזען און זײ
װאָלטן מיר דערשיסן. און די אײנציקע זאַך װאָס
איך האָב געקענט טאָן איז גראָבן מיט מײַנע --
מיט מײַנע פֿינגער אונטער די דראָטן און
אַרױסקריכן. האָב איך דאָס געטאָן שנעל, שנעל,
שנעל, שנעל, און איך בין אַרױסגעקראָכן אײדער
זײ זענען געקומען -- װײַל איך האָב געמײנט אַז
זײ קענען קומען יעדן מאָמענט. און אױב איך בין
121:00ניט אַרױס װעלן זײ מיר דערהרגענען. און איך
בין געלאָפֿן אין -- היסטעריש, און איך בין
אַרײַנגעפֿאַ-- אַרײַנגעלאָפֿן אין אַ
פּױלישע הױז, פֿאַרבלוטיקט און היסטעריש. און
איך האָב זײ דערצײלט װאָס איז געשען. אָבער זײ
האָבן פֿאַרשטאַנען װײַל זײ האָבן געזען אַז
טרוקס קומען אין און זײ גײען אַװעק לײדיקע.
און זײ האָבן געהערט שיסערײַ. האָבן זײ
פֿאַרשטאַנען װאָס גײט -- װאָס געשעט. זענען
געװען זײער העפֿלעך צו מי -- צו מיר. איך האָב
זיך אַרױס -- אַרומגעװאַשן. זײ האָבן מיר
געגעבן אַ נײַע פּאָר הױזן. און איך בין אַװעק
אין שטאָט. אַז איך בין געקומען אין שטאָט --
איך בין אַרײַן אױף -- מיר האָבן דאַן געלעבט --
איך גלײב דאָס איז געװען באַסאַנאַװיטשוס
122:00אַכט, אָדער צװעלף. איך געדענק ניט גענױ. און
איך האָב דערצײלט מײַן משפּחה װאָס איז געשען.
פֿאַרשטענדלעך מײַן פֿאָטער, מוטער, און
ברודער האָבן מיר געגלײבט. בוט [אָבער] די אַלע
שכנים האָבן ניט געגלײבט. זײ האָבן געזאָגט,
אַז איך האָב געהאַט אַ נערװעס ברײקדאָן
[פּסיכישער בראָך]. איך בין געלאָפֿן אין
מינסק, און איך האָב פֿאַרלאָרן מײַן חבֿר,
װעלכער איז דערהרגעט געװאָרן. און איך בין --
ס'איז ניט געהערט געװאָרן אַז דײַטשן נעמען
מענטשן און שיסן זײ. איז קײנער האָט אונדז ניט
געגלײבט. אָבער מײַן פֿאָטער האָט געגלײבט,
און האָט באַשלאָסן -- זאָגט ער, זײ װילן אונדז
אַלעמען -- אָ, דאַן האָט זיך אָנגעפֿאַנגען אַ
געשפּראַך װעגן מאַכן אַ געטאָ. האָבן זײ
123:00געזאָגט -- האָט מײַן פֿאָטער געזאָגט, אין
געטאָ גײען מיר ניט. און מיר זײַנען אַלע
אַװעקגעפֿאָרן פֿון װילנע אין אונדזער
טערפּענטין־געשעפֿט אין אונדזער אַלטער הױז.
און דאַן איז דאָ אַ נײַע געשיכטע. סאָ [אַז],
אין --
ק"װ: און דער חבֿר װאָס איז געפֿאָרן מיט אײַך
אין מינסק?
װ"ג: ער איז דערהרגעט געװאָרן פֿון די
מאַשין־גאָנען פֿון דער לופֿטמאַכע פֿלעגן
גײן און באַשפּריצן מיט מאַשין־גאָנען די
פּאָפּולאַציע. מענטשן פֿלעגן פֿאַלן
דערהרגעטע. ער איז געװען מער־װײניקער אַזױ װי
איך בין דאָ פֿון די װאַנט. און אים האָט מען
124:00געטראָפֿן. ער איז דערהרגעט געװאָרן אױפֿן
אָרט. און איך בין געװען -- איך בין אַרױס אין
גאַנצן -- אין גאַנצן אָן קײנע -- אָן קײנע װוּנדן.
ק"װ: מענטשן האָבן פּשוט ניט געגלײבט, װײַל --
װ"ג: װאָס איז געשען צו מיר אין פּאָנאַר?
קײנער האָט -- קײנער האָט מיר ניט געגלײבט. זײ
האָבן געזאָגט, ער איז משוגע געװאָרן. איר
פֿאַרשטײט -- דאָס איז געװען די ערשטע
עקזעקוציעס. ס'איז געװען אין יולי. יולי דעם
דרײַצנטער -- יולי דעם דרײַצנטער, אַזױ גלײב
איך. דאָס איז געװען -- איך גלײב אַ מאָנטיק.
אױב איר קענט אַ קוק טאָן אױף אַ קאַלענדאַר
פֿון אײן און פֿערציקן יאָר, איך גלײב אַז
יולי דעם דרײַצנער איז געװען אַ מאָנטיק. װײַל
איך געדענק דאָס איז געװען אַ מאָנטיק.
ק"װ: און דערנאָך אַלע -- איר מיט די גאַנצע
125:00משפּחה זײַנען אַנטלאָפֿן --
װ"ג: מיר זײַנען אַװעקגעגאַנגען אין אונדזער
אַלטע הױז. אין די טערפּענטין־הױז. אױפֿן
דאָרף. אָבער -- דאָס איז אַן אַנדער -- איצט
פֿאָנגט זיך אָן אַן אַנדער קאַפּיטל. דאָס
איז אַ לאַנגע געשיכטע. איר האָט אױף דעם צײַט, יע?
ק"װ: אױב איר װילט דאָס דערקלערן. איך װיל ניט
אַז --
װ"ג: װי?
ק"װ: אױב איר װילט דאָס --
װ"ג: יע, איך קען אײַך דערצײלן דאָס. אָבער די
אַלע געשיכטעס זײַנען זײער גענױע, און זײער
לאַנגע. נאָר איך קען אײַך דערצײלן דאָס,
פֿאַרשטענדלעך. די טערפּענטינאַרניע האָט
געדאַרפֿט אָנגײן. די טערפּענטין --
ק"װ: פֿאַבריק.
װ"ג: -- פֿאַבריק. אָבער אַ ייִד קען ניט זײַן
דער דירעקטאָר פֿון פֿאַבריק. האָט דאָס
געדאַרפֿט זײַן אַ ליטװינער. איז געקומען צו
אונדז אַ ליטװינער. זײַן נאָמען איז געװען
126:00סטעפּאָנאַס נעראַ-- ען־אי־אַר־אײַ -- און צװײ
באַהילפֿיקער. זײ האָבן גערעדט נאָר ליטװיש.
די אַרבעטער פֿון דער פֿאַבריק, און אונדזערע
שכנים האָבן גערעדט אָדער פּױליש אָדער
בעלאַרוסיש. אַלזאָ אַרום, אַז איך בין געװען
דער אײנציקער װעלכער האָט געקענט
קאָמוניקירן צװישן די ליטװינער און די
פּױלישע אַרבעטער. און די ליטװינער האָבן
געלעבט אין אונדזער צימער -- אין אונדזער הױז.
און מיר זײַנען געװען אין אַ גוטע באַציִונג
מיט זײ. איך בין געװען -- איך האָב -- איך בין
געװען דער אײנציקער װעלכער האָט געקענט רײדן
מיט זײ. און איך בין געװען מיט זײ אין זײער
גוטע באַציִונגען. לאָמיר זאָגן, זונטיק
127:00פֿלעגן זײ װעלן גײן און טאַנצן מיט די
לאָקאַלע מײדלעך, און מײַן ברודער פֿלעגט
שפּילן דעם װיאָלין, און זײ פֿלעגן טאַנצן.
און מיר זײַנען געוװען גוטע חבֿרים. אָבער
פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגט סטעפֿאַן זאָגן,
"װאָפֿקאַ" -- דאָס איז געװען מײַן נאָמען --
זאָגט ער, "אַלע ייִדן -- קאַפּוט." פֿלעג איך
זאָגן, אַז "סטעפּאָנאַס, זאָג ניט -- רײד ניט
אַזױ", זאָג איך. נײן, איך האָב דאָס מער ניט --
איך האָב מער ניט געלאַכט. און איך האָב
געמאַכט אַ װיץ פֿון דעם." אָבער פֿון צײַט צו
צײַט פֿלעגט ער מיר זאָגן אַזױנע זאַכן. אײן
מאָל -- דאָס איז אָנגעגאַנגען עטלעכע
מאָנאַטן. װײַל מיר זײַנען אַרױס אין יולי
פֿון װילנע, און זײ זענען -- זײ זײַנען געװען
שױן אין אונדזער הױז. געשיקט בײַ [אױף] די
128:00אױטאָריטעטן, װײַל זײ האָבן געדאַרפֿט
אָנפֿירן די פֿאַבריק. אָבער זײ האָבן ניט
געקענט אױפֿרעדן זיך. אָבער אַזױ איז געװען
בײַ -- צופֿעליק -- אַז מיר האָבן באַשלאָסן
פֿאַרלאָזן װילנע. מיר זײַנען געקומען. בין
איך געװען דער דאָלמעטשער צװישן זײ און די
מענטשן -- און די אַרבעטער. און דאָס איז
אָנגעגאַנגען -- אָנגעװען עטלעכע מאָנאַטן.
גענױ -- װעל איך אַײַך זאָגן גענױ. צװײ -- איבער
צװײ -- צװײ האַלבע מאָנאַטן. יע. און אײן נאַכט
-- אָבער מײַן פֿאָטער האָט געװוּסט, אַז
פֿריִער אָדער שפּעטער איז אונדזער גורל --
װעט קומען דאָס װאָס קומט אַלע ייִדן אין
װילנע. און ער האָט זיך צוגעגרײט צו דעם. האָט
129:00ער -- ערשטנס האָט ער צוגעגרײט געװער, און
אָנגעגרײט -- איך גלײב -- פֿיר אָדער פֿינף
האַנדגונס [פּיסטױלן]. און האָט דאָס
באַגראָבן לעבן שטוב, אין דער ערד. מיט קױלן.
אױסער דעם האָט ער געגעבן פֿאַרשײדענע זאַכן
צו די -- צו זײַנע אַרבעטער. אױף צו באַהאַלטן
דאָס. פֿאַרשײדענע װערטיקע זאַכן. אױסער דעם
האָט ער באַקומען -- די פֿאַבריק האָט
געדאַרפֿט האָבן האָלץ, און די האָלץ -- די
מענטשן פֿלעגן אַרבעטן -- געװיסע אַרבעטער
פֿון מײַן פֿאָטער פֿלעגן אַרבעטן אין די
האָלץ, און זײ פֿלעגן צוגרײטן די האָלץ. און זײ
פֿלעגן קומען קאָמפּלעמענטירן זײער -- זײער
130:00הכנסה פֿון אַרבעטן דאָס לאַנד פֿון אַרבעטן
אין פֿאַבריק. איז זײ זײַנען -- מערסטנס זײַנען
געװען די פּױלישע פֿרײַנד זײַנען געװען
אַרבעטער אין דער פֿאַבריק פֿון טערפּענטין.
און מײַן פֿאָטער איז געװען זײער אַ
העפֿלעכער מענטש, און האָט באַהאַנדלט די
אַרבעטערס זײער מענטשלעך. געװען אײנער
קאָנסעװיטש, װעלכער איז געװען -- ער איז געװען
אַן אַלקאָהאָליק. און ער איז געװען אַלעמאָל
-- אַלעמאָל אָן אַ גראָשן. פֿלעגט ער קומען צו,
"גדוד, גדוד, איך דאַרף האָבן אַן אַדװאַנס.
איך דאַרף האָבן -- " פֿלעגט מײַן פֿאָטער -- "דו
װײסט אַז איך װעל דאָס האָבן." פֿלעגט מײַן
פֿאָטער זאָגן, "איך װײס אַז דו װעסט האָבן.
װיפֿל דאַרפֿסטו?" "איך דאַרף האָבן צװאַנציק
זלאָטע." "אַלרײַט, אָקײַ [נישקשה, גוט] --
צװאַנציק זלאָטע." מײַן פֿאָטער פֿלעגט זײער--
באַהאַנדלען די אַרבעטערס זײער מענטשלעך און
זײער גוט. איז אײן נאַכט -- איז געװען
131:00סעפּטעמבער, פֿרײַטיק אין אָװנט -- סעפּטעמבער
-- דאָס איז געװען -- אָקײַ -- זונטיק איז געװען
ראָש־השנה. און דאָס איז געװען פֿרײַטיק. און
איך גלײב אַז דאָס איז געװען אין -- אַרום דעם
צװאַנציקן סעפּטעמבער. איר קענט אַ קוק טאָן
װען עס איז געװען ראָש־השנה אין אײן און
פֿערציקן יאָר. ס'איז מעגלעך אַז דאָס איז
געװען אײן און צװאַנציקן סעפּטעמבער. מעגלעך.
אַזױ -- אױף װיפֿל איך געדענק, מער־װײניקער.
אױב ניט גענױ -- קען זײַן אַ טאָג שפּעטער. הערן
מיר אַז אונדזער הונט בילט זײער שטאַרק, זײער
132:00שטאַרק. מײַן פֿאָטער איז געװען זײער פֿלינק
אױף די פֿיס. און ער קוקט אַרױס פֿון דעם
פֿענצטער, און ער זעט אַ סילועט פֿון אַ
פּערזאָן. און די סיולועט זאָגט, "גדוד! גדוד!
קענסט מיר הערן?" אין פּױליש. זאָגט מײַן
פֿאָטער, "יע, יע איך קען הערן. װער איז דאָס?
װער רעדט דאָס?" זאָגט זי, "פֿעליציע. פֿעליציע
באַשקאָװסקי." זי איז געװען אונדזער שכן.
זאָגט זי, "הער זיך -- גײ אַרױס פֿון הױז, שנעל.
דו און די משפּחה. זײ האָבן גענומען אונדזערע
מענער צו גראָבן די גרוב פֿאַר די ייִדן. זײ
װעלן אַלע דערהרגעט װערן אין דער פֿרי. דו
האָסט מיר געהערט? גדוד, דו האָסט מיר געהערט?"
מײַן פֿאָטער זאָגט, "יע, איך האָב דיר געהערט,
אַ דאַנק." און זי איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן.
133:00דאָס איז געװען די העלדישקײט פֿון די פֿרױ. זי
האָט ניט געװוּסט, אַז די דרײַ ליטװינער
זײַנען ניט אין הױז. איר פֿאַרשטײט? אַז אױב זײ
װאָלטן איר געכאַפּט איבערגעבן אונדז די
ידיעה, אַז מיר זאָלן אַרױסגײן פֿון הױז, זי
װאָלט געװען דערהרגעט אױפֿן אָרט, איר
פֿאַרשטײט? זי האָט דאָס ניט געװוּסט. דאָס
איז געװען באמת די איבערגעבונג און די
העלדישקײט פֿון די פֿרױ. (װײנט) מיר זײַנען
אַלע אַרױס פֿון דער הױז, שנעל. מיר האָבן
געהאַט צוגעגרײט אַ באַהאַלטעניש־אָרט פֿאַר
אונדז אין די -- אין אַ גרױסן אָרט פֿון האָלץ,
134:00מיט װעלכע -- װעלכע װאָלט געדאַרפֿט -- װעלכע
מען הײצט די טערפּענטין־פֿאַבריק. דאָס איז
זײער אַ גרױסער -- אַ גרױסער שטח פֿון האָלץ.
און דאָרטן האָבן מיר געהאַט צוגעגרײט אַן
אָרט צו באַהאַלטאַניש. מיט ברױט, װאַסער, און
װאַרעמע בגדים. אױף אױסצוזײַן דאָרטן עטלעכע
טעג. אָבער מײַן פֿאָטער האָט באַשלאָסן, אַזױ
װי ער האָט אױסגעגעבן פֿאַרשײדענע זאַכן און
מאַטעריעלע זאַכן פֿאַר געװיסע פֿון זײַנע
אַרבעטערס, זאָגט ער, אױב זײ אַלע װײסן, אַז
מיר זענען אַלע פֿיר אין דעם אָרט, און אױב
אײנער װעט -- אײנער פֿון זײ װעט װעלן האָבן אַ
ירושה פֿון די זאַכן װאָס מיר האָבן געלאָזט
135:00אױף זײ, װיל איך ניט אַז זײ זאָלן האָבן דעם
יצר־הרע אַרױסגעבן אונדז בכדי צו האָבן --
אָפּירשענען װאָס מיר האָבן געלאָזן, אַזױ
זאָגט ער. איז זאָל די מאַמע און מאָטל, מײַן
ברודער, מאָטל -- ער זאָגט -- זײַן דאָ, און מיר
װעלן אַװעקגײן צו גאַספּיראָװיטשן. אַן
אַנדער אַרבעטער פֿון מײַן פֿאָטער. מיט
װעלכן מײַן פֿאָטער האָט געמאַכט אַ -- אַ
דאָגאָװאָר [רוסיש: קאָנטראַקט]. ער האָט זיך
אױפֿגערעדט אַז אין אַ צײַט -- אַז די צײַט װען
עס װעט קומען אַז די ייִדן -- די לאָקאַלע
ייִדן װעלן -- װעלן געהרגעט װערן -- און מײַן
פֿאָטער האָט געזען קלאָר אַז דאָס איז קומען
-- װעלן מיר -- װעט ער אונדז באַהאַלטן. אַלזאָ
האָבן מיר אַרױס -- האָט די מוטער און מאָטעלע
136:00באַהאַלטן זיך אין דעם אָרט פֿון די -- אין די
האָלץ. און איך און מײַן פֿאָטער זײַנען
אַװעקגעגאַנגען און געזעסן אױף דעם גרענעץ
פֿון דעם װאַלד און דעם פֿעלד, צו זען װאָס
געשעט. און מיר האָבן געװאַרט ביזקל ס'איז
געװאָרן טאָג־ליכט. און מיר האָבן קײן זאַך
ניט געזען. זאָגט מײַן פֿאָטער, דו גײ צו
גאַספּיראָװיטשן. װײַל ער האָט -- איך האָב מיט
אים אַ דאַגאַװאָר, אַ תּנאי, אַז װען די צײַט
װעט קומען, װעט ער אונדז באַהאַלטן. און איך
װעל גײן צו די הױז און אַרױסגראָבן אונדזערע
געװער. אַלזאָ אַרום מיר װעלן אַלע האָבן
געװער. בין איך אַװעק צו גאַספּיראָװיטשן, און
דאָ װעל איך אײַך דערצײלן װאָס איז געשען מיט
137:00מיר. און שפּעטער װעל איך אײַך דערצײלן װאָס
איז געשען מיט מײַן פֿאָטער. װײַל מיר האָבן
זיך צעשײדט. מיט האָבן געמײנט, מער ניט פֿאַר
אַ שאָרט -- פֿאַר אַ קורצער צײַט, אָבער ס'איז
ניט געװען אַזױ קורץ. אַזױ װי איך גײ צו
גאַספּיראָװיטשן, איך גײ אַרױס פֿון װאַלד צו
דעם דערף -- דאָרף װוּ ס'איז געװען
גאַספּיראָװיטש. דאָרטן זײַנען געװען עטלעכע
הײַזער. געװען עטלעכע פֿאַמיליעס פֿון
גאַספּיראָװיטש. און זײַנען געװען אַלע
אַרבעטער פֿון -- צו דער טערפּענטין־געשעפֿט.
און איך זע פֿון אײן -- איך גײ אַרױס פֿון דעם
אָרט פֿון װאַלד, און קעגן מיר, נײַנציק
פּראָצענט פּערפּענדוקלאַר פֿון אַן אַנדער
װאַלד גײט אַרױס סטעפּאָנאַס נעראַ. דער
ליטװינער װעלכער איז געװען דער מנהל פֿון דער
138:00טערפּענטיניאַרניע. און איך זע אַז ער האָט אַ
ביקס. איז מײַן אינסטיקט איז געװען גײן צוריק
אין װאַלד. אָבער ער האָט מיר געזען. מיר האָבן
געמאַכט אײַ קאָנטאַקט [אױגן־קאָנטאַקט].
און אַזױ װי איך בין געװען -- איז װען איך גײ
צוריק אין װאַלד, װאָלט דאָס -- װאָלט צו אים
געװען דער -- די ידעיה, אַז איך טרױ אים ניט.
אָבער מיר זײַנען געװען אין אַ גוטע
פֿרײַנדשאַפֿט־באַציִונג. איז דער נאַיִװער
ייִנגל איך בין געװען -- איך האָב געזאָגט, נאָ
[נײן], ער װעט מײנען אַז איך טרױ אים ניט. בין
איך געגאַנגען צו אים. און מיר האָבן זיך
געטראָפֿן. איך האָב געקענט אָפּטאָן און
פֿאַרשװוּנדן אין װאַלד, אָבער ס'האָט מיר ניט
139:00געפּאַסט. איר פֿאַרשטײט די נאַיִװיטעט פֿון
אַ ייִנגל? זאָג איך, "סטעפּאָנאַס, װוּ גײסטו
מיט אַ -- מיט אַ ביקס אַזױ פֿרי --" "אָ, איך שיס
-- קראָליקעס." איך האָב -- עס פֿעלט מיר דער
ייִדישער װאָרט פֿון -- ראַביטס [קראָליקעס].
װי זאָגט מען אױף ייִדיש "ראַביטס"?
ק"װ: איך געדענק ניט.
װ"ג: מילא, אָקײַ -- איר פֿאַרשטײט, דאָס איז --
"איך שיס -- איך שיס -- איך זוך ראַביטס, איך שיס
-- " "אָ, אָקײַ [אַ, גוט]." גײען מיר צוגײן -- אָבער
איך האָב אױך באַמערקט אַז ער האָט אַ
האַנט־ביקס אױך. בין איך געװען זײער ניט אין
140:00גאַנצן רויִק. מיר גײען נאָענט צו
גאַספּיראָװיטשעס הױז, זאָגט ער צו מיר, "הער
זיך אײַן. װאַרט אױף אַ מינוט." -- אָ, זאָגט ער,
"װוּ גײסטו?" זאָג איך, "דער פֿאָטער האָט מיר
געשיקט דינגען גאַספּיראָװיטש, אַז איך זאָל
נעמען צװײ פֿורן אַװעקצופֿירן די דיסטילירטע
טערפּענטין צו דער דיסטיאַלאַציע אין װילנע."
"אָ, אָקײַ." זאָגט ער, "איז לאָמיר זײ דינגען
צוזאַמען." גײען מיר צוזאַמען און מיר רעדן.
און אַז מיר קומען נאָענט צו
גאַספּיראָװיטשן, זאָגט ער, "פֿאַר װאָס -- װאַרט
אױף אַ מינוט. איך װעל רעדן צו גאַספּיראָװיטשן."
זאָג איך, "אַלרײַט [גוט]." און איך שטײ און איך
קלער -- די נאַיִװיטעט פֿון מיר -- די נאַרישקײט
פֿון מיר. זאָג איך, "װי קען ער רעדן מיט זײ? ער
141:00קען מיט זײ רעדן. װײַל ער רעדט ליטװיש, זײ רעדן
פּױליש. איך בין דער אײנציקער דאָלמעטשער
צװישן זײ." האָב איך -- װען איך האָב אַזױ פֿיל
שׂכל װי דאָס, װאָלט איך דאַן אַנטלאָפֿן. גײט ער --
זאָג איך -- אָבער איך האָב געװאַרט. גײט ער אַרױס,
מיט זײַן ביקס צו מיר. און ער זאָגט, "גײ אַרײַן
דאָ. גײ אַרײַן דאָ. שנעל! יעצט!" זאָג איך,
"סטעפּאָנאַס," -- אין ליטװיש -- "מיר זענען
פֿרענדס -- מיר זענען פֿרײַנד. װאָס איז מיט דיר?
װאָס איז מיט דיר?" זאָגט ער, "לוק [גיב אַ קוק],
גײ אַרײַן שנעל דאָ. אײדער איך -- דו האָסט אַ בױך
פֿול מיט קױלן." בין איך אַרײַן אין דעם אָרט װוּ
142:00גאַספּיראָװיטש איז געװען. און ער האָט געהאַט
דאָרטן אַן אָרט, װאָס ער האָט -- ס'איז געװען פֿאַר
הײ און שטרױ, און אַזױ װײַטער. און ער האָט
געזאָגט -- װינסענטי איז געװען זײַן זון, מיט
װעלכן איך בין געװען באַפֿרײַנדעט. ער איז
געװען מער־װײניקער צװײ יאָר עלטער פֿון מיר.
מיר זענען געװען אין גוטע פֿרײַנדשאַפֿט. און ער
האָט פֿאַרמאַכט דעם -- די טיר מיט אַ באַר
[דראָנג]. און ער האָט געזאָגט אין אַ
פֿאַרבראָכענעם ליטװיש און ער האָט פּרובירט
רוסיש רעדן. זאָגט ער, "װאָקפֿאַ אַאוט [אַרױס] --
יו [דו] קאַפּוט." דאָס איז אַלץ װאָס ער האָט
געקענט איבערגעבן װינסענטי. אַזױ װי ער לאָזט
מיר אַרױס, איז ער קאַפּוט. איז ער געהרגעט. זאָג
143:00איך, "װינקוס, װי -- לאָז מיר אַרױס!" זאָגט ער,
"איך קען ניט. ער װעט מיר דערהרגענען." אָ --
אײדער דאָס איז -- אָ -- "ער װעט מיר דערהרגענען."
זאָג איך, "װי קען איך אַרױסגײן?" זאָגט ער, "דו
קענסט ניט אַרױסגײן פֿון דער הױך. ברעך אַרױס די
טיר." נעם איך און איך לױף, און איך גיב אַ שטופּ
די טיר, און ס'איז ניט געגאַנגען. בין איך
געגאַנגען צו די אַנדער װאַנט און געלאָפֿן, און
דאַן איך האָב געװעגט אַ זיבעציק קילאָ. ס'איז
מער־װײנער הונדערט צװײ און פֿערציק -- הונדערט
צװײ און פֿערציק פּאַאונדז [פֿונטן]. האָב איך
זיך אַרױפֿגעװאָרפֿן אױף די טיר, און זי איז
אַרױסגעפֿליגן. אָבער איך האָב געמאַכט די
נאַרישקײט -- ער איז געװען ניט צו װײַט פֿון די
הױז. װען איך װאָלט געװאַרט אַ ביסל לענגער,
װאָלט ער ניט געהערט דאָס. ער האָט געהערט, איך
144:00האָב געבראָכן -- אַרױסגעבראָכן די טיר. איז ער
געקומען צוריק, מיט זײַן ביקס, און -- איך בין
אױף דעם טרעפּ פֿון די הױז. און דער הונט לײגט --
לױפֿט אַרום צװישן אונדז, און מאַכט אַ גרױסן
טומל. און דער שכן, אױך אַ גאַספּיראָװיטש, זאָגט
צו מיר אין פּױליש, "װאָפֿקאַ, װאַרף זיך אים! דו
קענסט אים דערהרגענען -- דו קענסט אים
דערהרגענען! װאַרף זיך אָן [אױף] אים!" יע, װאַרף
זיך אָן אים. ער האָט אַ ביקס קעגן מיר און ער
האָט רעװאָלװער. דאָס איז געװען אַ מינוט װאָס
איך האָב -- װאָס זאָל איך טאָן? האָב איך
אַרױסגעשפּרונגען פֿון דאַנען און פֿאַרשװוּנדן
פֿון דעם -- פֿון דעם קאָרנער [װינקל] פֿון דעם
געבילדע. און איך בין געלאָפֿן אַרום די
145:00געבילדע, און די הױז פֿון גאַספּיראָװיטש, װאָס
איז געװען צוזאַמען. און איך בין געקומען צו
דעם פּאַרקאַן, און ער איז געלאָפֿן נאָך מיר. און
איך בין געקומען צום פּאַרקאַן, צום -- און
איבערגעשפּרונגען, און געלאָפֿן אין דעם פֿעלד.
און ער האָט -- ער איז געקומען צו מיר, אָבער אַ
סך שפּעטער. װײַל איך בין געפֿלױגן שנעל. און
איך האָב געהערט אַ שאָס. איז ער -- האָב איך אַ
קוק געטאָן צוריק און ער איז געזען -- געװען
אױפֿן פּאַרקאַן, מיט זײַן ביקס. האָב איך
אַרױפֿגעװאָרפֿן מײַן װאַרעמען -- קאָזשוך --
ק"װ: מאַנטל? מאַנטל?
װ"ג: יע, ס'איז געװען אַ ספּעציעלער מאַנטל. יע, אַ
146:00פּױערישער מאַנטל. זײער אַ װאַרעמער. און איך
האָב געװאָלט אַראָפּנעמען מײַנע שטיװל, אָבער
איך האָב ניט געהאַט קײן צײַט. ס'איז ניט
געקומען -- לײַכט. ס'איז געװען מײַן גליק, װײַל די
שטיװל האָב איך געטראָגן דרײַ יאָר -- פֿאַר די
נעקסטע דרײַ יאָר. יעדנפֿאַלס, האָב איך געלאָפֿן,
און געמאַכט זיגזאַגיש. אַז דעם ערשטן קױל האָט
מיר ניט געטראָפֿן, פֿלעג איך לױפֿן און מאַכן אַ
פּלוצלינגדיקן -- טורן [דרײ]. און נאַכער פֿלעג
איך לױפֿן און װײַטער מאַכן אױף רעכטס און אױף
לינקס. און איך געדענק ני-- צי ער האָט געמאַכן --
צי ער האָט געשאָסן פֿינף, אָדער זיבן מאָל. און
יעדן מאָל איך פֿלעג מאַכן אַ ריכטונג -- בײַטן די
ריכטונג, פֿלעגט אַרױסגײן אַ קױל און האָט מיר
147:00ניט געטראָפֿן. און איך בין אַרײַן --
אַװעקגעלאָפֿן אין דעם פֿעלד -- אין דעם װאַלד.
און איך בין געװען זײער היסטעריש. און איך בין
געלאָפֿן, און געלאָפֿן. און נאַכער האָב איך זיך
דערמאָנט, אַז עס זײַנען געװען מער־װײניקער
צװאַנציק, אָדער עטלעכע און צװאַנציק ייִדן פֿון
נעמענטישן, װעלכע פֿלעגן קומען אַרבעטן אין אַ
-- איך װײס ניט װי צו איבערזעצן דאָס אין ייִדיש.
אַ מאַיאָנטעק איז אַ גרעסערער װירטשאַפֿט פֿון
אַ מענטשן װעלכער האָט אַ סך לאַנד און אַ סך
בהמות און הײ. און זײ פֿלעגן קומען יעדן טאָג
אין דער פֿרי פֿון נעמענטשין אַרבעטן, און בײַ
נאַכט פֿלעגן זײ גײן צוריק אין נעמענטשין, אין
די שטעטל. האָב איך געטראַכט אַז זײ מעגלעך װײסן
148:00נאָך ניט װעגן דעם פּאָגראָם אין דער פֿרי אָף
[פֿון] דעם טאָג. בין איך געלאָפֿן מער־װײניקער
זיבן־אַכט קילאָמעטער. און איך בין
אַרײַנגעלאָפֿן אין דעם מאַיאָנטעק, און זײַנען
געװען צװײ פּױלישע ייִנגלעך. זאָג איך, "װוּ
זײַנען די ייִדן? װוּ זײַנען די ייִדן?" זאָגן זײ,
"מען האָט זײ שױן צוגענומען." זאָג איך, "אָ."
זאָגט דער אַנדערער, "אײנער פֿון זײ שלאָפֿט אין
די הײ." זאָג איך, "װוּ?" זאָגט ער, "אױף די הײ אין --
אױפֿן -- אין די געבילדונג -- אין די געבילדע."
בין איך אַרױפֿגעלאָפֿן אױף די געבילדע און איך
האָב געפֿונען אַבֿרהמל דײטש. זאָג איך,
"אַבֿרהמל, אַבֿרהמל, קום, קום, קום." "װאָס איז
געשען? װאָס איז געשען?" זאָג איך, "קום, לױפֿט
מיט מיר." װײַל איך האָב געמאַכט -- איך האָב מורא
געהאַט, אַז זײ װעלן פֿאַרשטײן, אַז זײ האָבן
אימעצן געלאָזן, װײַל זײ קומען צוריק זוכן אים
און כאַפּן אונדז בײדן, איר פֿאַרשטײט? זאָג איך,
149:00"פֿרעג ניט! דזשוסט [נאָר] לױף מיט מיר." זײַנען
מיר געלאָפֿן, געלאָפֿן, געלאָפֿן. מיר האָבן
געפֿונען אַן אָרט אונטער אַ גרױסער יאָדלע. דו
װײסט װאָס פֿאַר אַ בױם איז אַ יאָדלע? זײ װאַקסן
אױף, און די אונטערשטע ברענטשן זײַנען עטלעכטע
מעטערס לאָנג [לאַנג]. און מיר האָבן זיך
באַהאַלטן דאָרטן. װײַל ס'איז געװען דײטײַ--
ס'איז געװען בײַ טאָג. אַז ס'איז געװאָרן נאַכט,
איז זײַן -- ער און זײַן משפּחה האָבן -- זײ זײַנען
געװען אין געשעפֿט פֿון שוכװאַרג. און אײנער
פֿון די פּױערים פֿון אַ געװיסן דאָרף, ניט װײַט
פֿון נעמענטישן, איז געװען זײערער אַ קליענט.
150:00האָבן זײ צוגעגרײט אַן אָרט צו באַהאַלטן זיך
װען דער פּאָגראָם װעט קומען צו נעמנשטין. האָט
ער געזאָגט, "נאָך דער נאַכט װעלן מיר איבערגײן
די שאָסײ װײַל ס'קען זײַן אַז די שאָסײ װעט
זײַן באַװאַכט. און מיר װעלן גײן צו די מענטשן.
און מײַן ברודער און שװעסטער -- אױב זײ זענען
אַנטלאָפֿן פֿון נעמענטשינער פּאָגראָם --
װעלן מיר זיך -- אַלע דרײַ טרעפֿן אין דעם
אָרט." האָבן מיר זיך טאַקע געטראָפֿן אין דעם
אָרט. און מיר זײַנען געװען אין אַ -- טרענטש
[שאַנץ], פֿון ערשטער מלחמה, װעלכע איז געװען
זײער דיק -- זײער טיף אין דער ערד. און דאָרטן
זײַנען די צװײ -- איז זײַן שװעסטער און ברודער
151:00שױן געװען. זײַנען זײ אַנטלאָפֿן פֿון
נעמענטשינער פּאָגראָם. און זײ זײַנען געװען,
און אַבֿרהמל דײטש און איך -- זײַנען מיר
צוגעקומען, און צו זײער -- און מיר זײַנען
געװען פֿיר אַנשטאָט דרײַ. איז דאָס איז געװען
מיט מיר. יעצט מײַן פֿאָטער. די זעלבע -- אַז ער
איז געקומען צום הױז, צו אַרױסגראָבן די
געװער, איז אַ ליטװינישער פּאָליצײ --
פּאָליציאַנט געװאַרט לעבן הױז, באַהאַלטן
לעבן הױז. און װען מײַן פֿאָטער איז צוגעקומען
אַרױס צו די הױז, און ער האָט געהאַט בדעה
אַרױסגראָבן די געװער, איז ער
אַרױסגעשפּרונגען, און זאָגט -- און ער האָט
152:00אים אַרעסטירט. און זאָגט, "גײ פֿאָרױס. דו
װעסט גײן אין נעמענטשין." מײַן פֿאָטער האָט
אים געפּרובירט אױפֿצוקױפֿן אים מיט
פֿאַרשײדענע זאַכן. זאָגט ער, "הער זיך אײַן.
איך האָב דאָ פֿאַרשײדענע זאַכן באַגראָבן.
איך װעל אױסגראָבן דאָס, און דו קענסט דאָס
האָבן. קײנער װעט דאָס ניט זען. קײנער װײסט
ניט. און דו קענסט דאָס האָבן, און לאָז מיר צו
רו." אָבער ער האָט געהאַט זײער אַ מערדערישן --
צושטאַנד, און ער האָט -- און מײַן פֿאָטער איז
געװען -- ער איז געװען אַ שטאַרקער מענטש, מײַן
פֿאָטער. און ער האָט געטראַכט צוגײן צו אים
נאָענט, פֿאַררעדן אים, און צוגײן און
אַרױסנעמען זײַן געװער פֿון אים, אָבער ער
153:00האָט ניט געלאָזן אים צוגײן צו אים. האָט ער
אים געפֿירט אין נעמענטשין. ס'איז געװען אין --
און זײ האָבן אױפֿגענומען אַלע ייִדן פֿון
נעמענטשין אין קלױז. אין -- בית־הכּנסת. אין
קלױז פֿון נעמענטשין. אָבער מען -- אַ סך
נעמענטשינער ייִדן זײַנען אַנטלאָפֿן. זײ
האָבן פֿאַרשטאַנען, און זײַנען געװען
פֿיפֿיקע מענטשן, און זײַנען -- אַ סך זײַנען
אַנטלאָפֿן. אָבער זײ האָבן אױפֿגענומען אַלע
מענטשן, און זײ האָבן זײ געזאָגט -- די
ליטװינער האָבן זײ געזאָגט, אַז זײ װעלן -- זײ
גײען אין געטאָ קײן װילנע. און די מענטשן
פֿלעגן נעמען זײער װאַרעמע זאַכן, מיט זײערע
פֿאַרשײדענע קאָכנקע -- כּלים, פֿאַרשײדענע --
אָבער מײַן פֿאָטער פֿלעגט זאָגן -- האָט זײ
געזאָגט, "ייִדן, איר קענט דאָס פֿאַרלאָזן.
מיר גײען ניט אין געטאָ. זײ גײען אונדז
הרגענען." אָבער קײנער האָט אים ניט געגלײבט.
154:00יעדנפֿאַלס זײַנען געגאַנגען אין שאָסײ פֿון
נעמענשטין קײן װילנע, מער־װײנער זעקס צו זיבן
קילאָמעטער. פֿון נעמענטשין האָבן זײ גענומען
-- איז געװען צװשין צװײ װעלדער -- אַ אָפֿענער
פּלאַץ צװישן צװײ װעלדער. און אין דער װײַטן,
אין די טיפֿקײט פֿון דעם איז געװען צוגעגרײט
אַ גרױסער קבֿר. און װען פֿעליציע
פּאַשקאָװסקי -- װען איר מאַן האָט
פֿאַרשטאַנען אַז זײ גראָבן דאָס -- דעם קבֿר
פֿאַר די ייִדן, האָט ער זיך אַנטשולדיקט פֿון
די -- פֿון די ליטװינער, און געזאָגט, אַז ער
דאַרף האָבן דעם מאָגן. און ער איז געלאָפֿן
אין הױז, און אָנגעזאָגט זײַן פֿרױ, "גײ זאָג
155:00אָן די גדודן אַרױסצוגײן, װײַל זײ װעלן
דערהרגענען." דאָס איז אַזױ װי פֿעליציע האָט
באַקומען די ידיעה און זי איז געקומען צו
אונזדז אין צװשין־צײַט. זײַנען די אַלע ייִדן
געגאַנגען אין דעם אָרט צװישן די גרױסע
װעלדער, און ס'איז געװען אײן ליטװינער פֿאַר
יעדערער דרײַ מענטשן. איז אײן ליטװינער איז
געװען אױף אײן זײַט, און דער אַנדערער
ליטװינער איז געװען אױף דעם נעקסטן זײַט.
נאַכער איז געװען אױף יעדע דרײַ איז געװען אײן
שיס -- אײן עקסעקושאָנער [קאַט], אײן ליטװינער.
מײַן פֿאָטער און אַן אײניקל פֿון די בעקערין
פֿון נעמענשטין. זי איז געװען נײַצניק יאָר
אַלט, און זי האָט ניט געקענט גײן. איז מײַן
פֿאָטער און דער אײניקל האָט ער געדאַרפֿט
156:00טראָגן. האָבן זײ איר געטראָגן. נאַכהער
זײַנען געקומען די שײַליסײַ -- די שיסער. די
עקסעקושאָנערס [קאַטן] זײַנען געקומען צו אַן
אָרט. און פּלוצלונג איז די אַלע װאָס זײַנען
געװען אױף דעם זײַט זײַנען איבערגעגאַנגען
אױף דעם אַנדערן זײַט. ס'איז געװען אַ -- מײַן
פֿאָטער האָט דאָס געזאָגט, אַז דער ערשטער,
דער קאָמאַנדאַנט פֿון דעם האָט זײ געגעבן אַ
סימן, און זײ זײַנען אַלע איבערגעגאַנגען, אַז
זײ זאָלן אַלע זײַן אױף אײן זײַט. און זײ האָבן
אָנגעפֿאַנגען שיסן אין דעם קהל -- אין דעם
קראַאוד [געזעמל], אין דעם קהל פֿון די מענטשן.
אַ סך מענטשן זײַנען געפֿאַלן אױף דער ערד, אַ
סך מענשטן אין זײער נאַרישקײט האָבן
157:00אָנגעפֿאַנגען גײן אױף די -- אױף די --
ק"װ: בײמער?
װ"ג: בײמער, יאָ. איך האָב ניט געקענט געפֿינען
דעם װאָרט. מײַן פֿאָטער האָט ניט געװאָלט --
האָט געזאָגט, אַז ער האָט ניט געװאָלט זײַן --
זײַן געטראָפֿן מיט אַ קױל און ניט װערן
דערהרגעט. האָט ער געזאָגט, זײַן בעסטע זאַך
איז אַז ער זאָל שטײן, און זײ זאָלן אים קענען
פּשוט דערהרגענען, ער זאָל זיך ניט דאַרפֿן
מאַטערן. אָבער ער איז געװען אין אַן אָרט, אַז
די קױלן פֿלעגן גײן בײַ אים, און די קױלן האָבן
אים ניט געטראָפֿן. זאָגט ער -- צו זיך, "אפֿשר
האָב איך אַ טשאַנס, אַ געלעגנהײט אַנטלױפֿן."
158:00איז ער געגאַנגען אין אַן אַנדער ריכטונג, אין
דער ריכטונג פֿון דער שאָסײ, און האָט
אָנגעפֿאַנגען לױפֿן. און זײ האָבן דאָס ניט
געמערקט, װײַל זײ זײַנען געװען קאָנצענטרירט
װוּ דער גאַנצער -- די קאָנצענטראַציע פֿון די
ייִדן זײַנען געװען. און ער איז געװען אָן דער
זײַט. האָבן זײ ניט באַמערקט אַז אײנער איז --
אָפּגעלאָפֿן פֿון דער זײַט. איז ער געלאָפֿן
שנעל, און ער הערט פֿון הינטן אים, אַ פֿרױ
זאָגט -- זאָגט זי, "גדוד! גדוד! װאַרט אַ מינוט!
איך בין -- איך לױף נאָך אײַך!" האָט ער אַ קוק
געטאָן. זאָגט ער, "אסתּר, לױפֿט, לױפֿט, לױפֿט,
לױפֿט שנעל װי איר קענט!" און זי איז געלאָפֿן
נאָך אים. און זײ זײַנען אַװעקגעלאָפֿן. יאָרן
שפּעטער, האָב איך זיך -- מער־װײניקער
159:00צװאַנציק יאָר שפּעטער, צי פֿינף און
צװאַנציק יאָר שפּעטער, האָב איך זיך
דערװוּסט אַז דער אײניקל פֿון די בעקערין
האָט געזען אַז גדוד איז געלאָפֿן אַ געװיסע
װעג, האָט ער געטראַכט, "גדוד איז אַ קלוגער
מענטש. אױב ער לױפֿט די װעג, װעל איך אױך
לױפֿן." און ער איז געװאָרן אַ פֿאַרמער אין
קאָנעטיקאָט. און ער איז געװען אַ פּאַציענט
פֿון מײַן זון. אַזױ האָב איך מיט אים
געטראָפֿן. מער־װײניקער צװאַנציק אָדער -- איך
װעל שפּעטער באַטראַכטן װיפֿל יאָרן צוריק
ס'איז געװען -- שפּעטער ס'איז געװען.
יעדנפֿאַלס איז מײַן פֿאָטער און אסתּר -- און
זי איז געװען די מוטער -- די מוטער פֿון מײַן --
פֿון טאַניען, פֿון די מײדל װעלכע איך האָב
געהאַט -- איך האָב געװאָרפֿן אַן אױג אױף איר,
אָבער זי האָט געליבט מײַן בעסטן חבֿר. און זי
160:00איז געװען דעם פֿאַרמאַציסטס פֿרױ. אַלזאָ
אַרום איז זי געװען אַ שטעטלדיקע פֿרױ, װעלכע
האָט זיך ניט אָריענטירט אין װאַלד. זי האָט
ניט געװוּסט קײן חכמות צו לעבן אין װאַלד.
אָבער זי איז געלאָפֿן מיט מײַן פֿאָטער.
זענען זײ אַװעקגעלאָפֿן טאַקע צו קאָנצעװיטש.
און קאָנצעװישט איז געװען דער אַלקאָהאָליק
װעלכער פֿלעגט קומען שטענדיק צו מײַן
פֿאָטער. און מײַן פֿאָטער האָט געמײנט, אַז
ער איז -- ער פֿלעגט אים אַלע מאָל זײַן זײער
העפֿלעך מיט אים. האָט מײַן פֿאָטער געזאָגט,
ער װעט לױפֿן צו קאָנצעװישטן. זײַנען זײ
אַװעקגעלאָפֿן צו קאָנצעװיטשן, און זײ זײַנען
אַרײַן צו אים. און ער איז געװען זײער העפֿלעך.
זאָגט ער, אַז "דו קענסט -- איך װײס אַז זײ האָבן
דערהרגעט די ייִדן פֿון נעמענטשין, אָבער איך
קען דיר באַהאַלטן. דו קענסט זײַן אין מײַן
161:00סטאָדאָלע" -- איז אין אַ פּלײס -- אין אַן אָרט
װוּ ער האַלט די הײ און די שטרױ, און אַזױ
װײַטער. איז ער און אסתּר בערנשטײן זײַנען
געװען אין סטאָדאָלע. נעקסטן [קומעדיקן] טאָג
איז קאָנצעװיטש געקומען אין דעם געבײַדע, און
געזאָגט, "דאָ איז דאָ אַ נעמענטשינער מײדל,
װעלכע איז אַנטלאָפֿן פֿון די שיסערײַ, און
מאַנקע" -- זײַן װײַב -- "גיט איר יעצט -- איז יעצט
פֿרשטיק מיט מאַנקען." זאָגט מײַן פֿאָטער,
"פֿרעג איר װער זי איז. פֿרעג איר װער זי איז."
גײט ער אַװעק -- איז ער אַװעק און פֿרעגט איר.
און זי הײסט ליפּקע ראָדאָשעװסקי. זאָגט מײַן
פֿאָטער -- דאָס איז געװען מײַנע חבֿרטע פֿון
עלעמענטאַר־סקול. זי איז ניט געװען צו פֿיל
162:00קלוג. מיר האָט איר גערופֿן "ליפּקע די קאַלב."
דו װײסט װאָס איז אַ קאַלב, אַ? קאַלב איז אַ
יונג קאַאו. זי איז ניט געװען צו קלוג. איז
קינדער פֿלעגן איר רופֿן "ליפּקע די קאַלב."
זאָגט מײַן פֿאָטער, "אָ. איך קען איר
פֿאַמיליע זײער גוט װײַל איר ברודער האָט
געאַרבעט אין מײַן טערפּענטין־פֿאַקטאָרי
[פֿאַבריק]." זאָגט ער צו קאָנצעװיש -- זאָגט ער,
"סטאַז, צי דו האַלסט צװײ ייִדן, צי דרײַ ייִדן,
איז דײַן גורל איז דאָס זעלבע. איז נעם איר
אַרײַן, שיק איר אַרײַן היר [דאָ] -- אַהער,
אַהין. צו אונז." זאָגט סטאַז, "אָבער איך קען
ניט -- איך האָב ניט -- איך קען דאָס ניט -- איך
קען איר ניט געבן קײן -- אױפֿהאַלטן איר. מיר
זײַנען אַן אָרעמע -- " זאָגט מײַן פֿאָטער,
"דאָנט [טו ניט] -- זאָרג ניט װעגן די -- װעגן עסן.
דאָס איז שױן מײַן פּראָבלעם. דו זאָרג ניט
װעגן דעם." "אַ," זאָגט ער. "אין דעם פֿאַל. איך
163:00האַלט צװײ ייִדן אָדער דרײַ ייִדן איז מײַן --
איז דער װערדיקט פֿאַר מיר איז דאָס זעלבע."
יע, און ער נעמט איר -- האָט ער איר אָנגענומען
אױך. און זײ זײַנען געבליבן לעבן די דרײַ יאָר.
דאָס איז אַ לאַנגע, לאַנגע געשיכטע צו
דערצײלן אײַך, יע.
ק"װ: אָבער -- צוריק צו אײַך. איר האָט דערנאָך
געגאַנגען אין די זומפּן?
װ"ג: נאָ [נײן], דאָס איז געװען --
ק"װ: שפּעטער?
װ"ג: שפּעטער, אַ סך שפּעטער, יע. איר װילט דאָס װיסן?
ק"װ: יאָ, איך מײן אַז אפֿשר -- נו, װאָס איר װילט
אונדז געבן. װײַל איך װיל אױכעט רעדן אַ ביסל
װעגן נאָך דער מלחמה.
װ"ג: שור [זיכער].
ק"װ: אַז -- אַז װיפֿל איר װילט אונדז געבן.
װ"ג: יע, יע. איך קען רעדן װיפֿל איר װילט.
164:00אַלזאָ איז געװען -- דאָס װיל איך אײַך
דערצײלן. אין בין געװען מיט די דײטש־פֿאַמילי
[משפּחה]. און דאָס -- און די ליטװינער פֿלעגן
אַרומגײן אין די װעלדער און שיסן, װײַל עס
זענען געװען אַ סך נעמענטשינער ייִדן װעלכע
זײַנען אַנטלאָפֿן. און זײ האָבן געװאָלט
כאַפּן די אַנטלאָפֿענע ייִדן. אָבער מיר
זײַענען געזעסן דאָרטן אין דעם אָרט פֿון -- די
באַהעלטענישן־אָרט. און דער מענטש, דער
פֿרײַנד פֿון די דײטשן פֿלעגט אונדז ברענגען
יעדע נאַכט עסן און װאַסער. און אײן מאָל איז
געװען -- געװעזן אַ מענטש. קײנער -- איז אױב מיר
פֿלעגן זען מענטשן פֿאַרבײַגײענדיק, מיר
פֿלעגן זען זײער פֿיס. אָבער קײנער האָט ניט
אַרײַנגעקוקט אין די -- אין דעם אָרט װוּ מיר
165:00זײַנען געזעסן. מיר פֿלעגן זיצן שטענדיק אין
די טיפֿקײט פֿון דעם אָרט. אײן מאָל איז געװען
אַ מענטש, װעלכער האָט זיך אײַנגעבױגן און
געקוקט. און מיר האָבן ניט געװוּסט צי ער האָט
אונדז געזען צי נײן. זײַנען מיר -- אָבער מיר
האָבן ניט געקענט נעמען דעם שאַנס װײַל אױב ער
האָט אונדז געזען, און אױב ער װיל אונדז
אַרױסגעבן -- װײַל אױב דו גיסט אַרױס אַ ייִד
אין די צײַט -- דו גיסט אַרױס אַ ייִדן צי אַ
לעבעדיקן אָדער אַ טױטן, איז די לאָקאַלע
פֿאַרמער באַקומען צװײ קילאָגראַם פֿון
זאַלץ. און זאַלץ איז געװען זײער אַ װיכטיקע
זאַך פֿאַר די װירטשאַפֿט פֿון די לאָקאַלע
פֿאַרמען. דאָס איז געװען די װערדע פֿון אַ
ייִד. איר פֿאַרשטײט? האָבן מיר ניט געקענט
נעמען אַ שאַנס. אױף צו -- אױף זיצן דאָרטן.
166:00זײַנען מיר אַרױס, און מיר -- און מיר זאָגן --
האָבן זײ געהאַט אַ צװײטן אָרט צוגעגרײט. איז
-- האָבן זײ גערעדט צװישן זיך, און איך הער, אַז
זײ זאָגן, "אָבער װאָס טוט מען מיט װאָפֿקען?"
זאָגט שׂרה, די שװעסטער פֿון אַבֿרהמל דײטש,
"נו מיר קענען אים ניט לאָזן -- מיר קענען ניט
לאָזן דעם ייִנגל אַלײן." זאָגט אָבער
אַבֿרהמל, אַז ער קען ניט נעמען מער װי דרײַ.
ער װעט ניט נעמען מער װי דרײַ. און איך האָב
דאָס צוגעהערט. זאָג איך -- האָב איך -- איך האָב
דאָס דערהערט װאָס זײ רעדן. זאָג איך, "הערט
זיך אײַן. זאָל אײַך גאָט העלפֿן. איר גײט צו
167:00אײַערע מענטשן. איך װעל זיך זוכן װאָס איך קען
מאַכן אפֿשר צו מײַנע -- צװישן מײַנע פֿרײַנט."
בין איך אַרױפֿגעגאַנגען -- בין איך
צוגעגאַנגען צו -- צו די הױז פֿון
פּאַשקאָװסקי. פּאַשקאָװסקי איז געװען אַ הױז
צװישן אונדזער הױז -- צװישן די
טערפּענטין־פֿאַקטאָרי -- פֿאַבריק און די
שטעטל פֿון נעמענטשין. און מיר זײַנען געװען
זײער באַפֿרײַנדעט מיט די פּאַשקאָװסקיס. און
זײער ייִנגל, קאַזימירזש פּאַשקאָװסקי איז
געװען אַ פּאָר יאָר ייִנגער װי איך, אָבער
מיר זענען געװען זײער נאָענט. זײ האָבן געבױט
אַ נײַע הױז, אָבער די הױז איז ניט געװען
168:00פֿאַרטיק. אָבער זײ האָבן געהאַט אַ
סקעלעטאָן פֿון די הױז, און ס'איז געװען -- דער
דאַך איז שױן געװען, און ס'איז געװען אַ פֿלאָר
[עטאַזש] אונטער דעם דאַך. האָב איך געװוּסט
פֿון דעם. בין איך טאַקע צוגעגאַנגען צו די
נײַע הױז, װעלכער איז געװען אױף אַ באַרגל, און
איך האָב באַטראַכט דאָס. און איך האָב געזען,
אַז איך קען אַרױפֿקריכן אױף דעם -- דעם דאַך.
אױף די פֿלאָר אונטער דעם דאַך. און דאָ איז
געװען צוגעגרײט דער אָרט פֿאַר הײ און שטרױ,
אָבער ס'איז געװען גאַנץ פּוסט. יעדנפֿאַלס
האָב איך באַשלאָסן אַז דאָס איז אַ גוטער
אָרט פֿאַר מיר צו באַהאַלטן זיך. פֿאַקטיש די
ערשטע טעג האָב איך זיך באַהאַלטן אונטער אַ
בױם. אָבער ס'איז געװען -- ס'איז געװען קאַלט,
169:00און איך האָב ניט געקענט אַרױסגײן װײַל איך
האָב מורא געהאַט זײ גײען אַרום און זוכן
ייִדן. פֿלעג איך דאַרפֿן -- אַנשטולדיקט מיר --
פּישן אױך אונטער דעם בױם. איך האָב ניט
געקענט רירן זיך. האָב איך באַשלאָסן אַז איך
גײ -- איך דאַרף באַזוכן װוּ איך קען האָבן אַ
בעסערן אָרט. בין איך אַרױפֿגעגאַנגען טאַקע
אױף דעם אָרט. און איך בין געזעסן דאָרטן אַ
גאַנצן טאָג. און אין אָװנט בין איך
אַרײַנגעגאַנגען צו פּאַשקאָװסקין, און איך
פֿלעג -- און איך בין געװען הונגעריק,
פֿאַרשטענדלעך. פֿלעגן זײ -- האָבן זײ מיר
שטענדיק אױפֿגענומען, און שטענדיק -- און זײ
האָבן ניט געפֿרעגט װוּ איך בין. און זײ האָבן
-- און זײ זײַנען געװען נאָענט צו נעמענטשין,
און נאָענט צו די גאַנצע געש-- האָבן זײ מיר
ניט געקענט האַלטן בײַ טאָג. אָבער זײ פֿלעגן
מיר געבן שטענדיק מילך און ברױט. איז מיט דעם
170:00האָב איך -- בין איך געװען אַ גאַנצער קײסער.
אָבער זײ האָבן ניט געװוּסט אַז איך קריך
אַרױס -- איך קריך אַרײַן צוריק אין זײער הױז.
איר פֿאַרשטײט? װײַל ס'איז ניט געװען
געענדיקט. און די ליטװינער -- סטעפּאָנאַס
נעראַ און זײַנע צװײ באַהעלפֿער פֿלעגן
שטענדיק גײן פֿון נעמענשטין, און זײ האָבן
געלעבט אין אונדזער הױז. און זײ פֿלעגן
שטענדיק גײן באַװאָפֿענע, מיט ביקסן. און זײ
זינגען זײער -- מיט אַ גרױסן -- מיט אַ שטאַרקן
קול, אַז זײ -- אַז מע זאָל װיסן, אַז ס'איז ניט
אײן מענטשן, נאָר פֿיל, פֿיל מענטשן. און איך
פֿלעג זען זײ, און איך פֿלעג הערן זײ. אָבער זײ
-- פֿאַרשטענדלעך אַז זײ האָבן ניט געװוּסט
אַז איך בין עטלעכע הונדערט מעטער פֿון זײ.
אָבער ס'איז געװען אַ נאַרישקײט. אױב זײ
װאָלטן געװען אינטערעסירט צו װיסן אױב
171:00עמעצטער לעבט דאָרטן װײַל זײ האָבן אַ קוק
געטאָן, װײַל זײ פֿלעגן שטענדיק פֿאַרבײַגײן
און גײן צו אונדזער הױז. און אַזױ איז דאָס
געװען. אַזױ האָב איך געלעבט פֿאַר אַ געװיסע
צײַט ביזקל נאָװעמבער -- איך גלײב אַז ס'איז
געװען נאָװעמבער דער דריטער, אײן און
פֿערציקטן יאָר. דאָס איז געװען דער טאָג
פֿאָר אַל סײנטס [פֿאַר אַלע הײליקער]. ס'איז
אַ קאַטױלישער -- אַ קאַטױלישער יום־טובֿ. װען
איך האָב באַקומען אַ בריװל אין ייִדיש פֿון
מײַן טאַטן. אָ, און מײַן טאַטע האָט געגעבן --
האָט געמאַכט אַ פֿאַלשע ידיעה צו אַלעמען,
אַז ער איז אַנטלאָפֿן, און אַז ער איז יעצט
אין בעלאַרוסיִע [װײַסרוסלאַנד], אין
בעלאַרוס. אַז קײנער זאָל אים ניט זוכן, האָט
172:00ער געלאָזן אַ מודעה, אַ ידיעה, אַז ער איז אין
בעלאַרוס. אַזױ אַרום, איך באַקום אַ ייִדישן
בריװל פֿון מײַן פֿאָטער. װײַל פֿאַרשטענדלעך
האָב איך באַקאַנט זײַן האַנטשריפֿט. און ער
זאָגט מיר, אַז הײַנט בײַ נאַכט, אַ פֿרױ װעט
קומען, און זי װעט שטײן -- און ער האָט געװוּסט
װוּ איך בין פֿון די צװײ ברידער װעלכע זײַנען
געװען אַרבעטער פֿון די פֿאַבריק. האָט ער
געװוּסט פֿון פּאַשקאָװסקי אַז איך קום פֿון
צײַט פֿון צײַט דאָ -- דאָרט. האָבן זײ
פֿאַרשטאַנען, אַז איך װאַרשײַנלעך בין אין
די נײַע הױז. האָבן זײ דאָס אָנגעזאָגט מײַן
טאַטן, אַז אַמװאַרשײַנלעכסטן איז ער אין די
נײַע הױז. האָט מײַן פֿאָטער געשיקט -- געשריבן
173:00מיר, אַ יונגע פֿרױ געניע װעט קומען. זי װעט
ניט קומען צו די הױז, װײַל זי װעט שטײן פֿון
װײַטן. און אין דער נאַכט, עס װעט זײַן טונקל.
עס װעט זײַן -- שפּעטער אין דער נאַכט װעט זײַן
-- דאַרק.
ק"װ: טונקל, יאָ.
װ"ג: נײן, "טונקל" איז --
ק"װ: פֿינצטער.
װ"ג: פֿינצטער, יע. פֿינצטער. "גײ אַראָפּ, און
זי װעט דיר פֿירן. און דו קענסט איר טרױען." און
אַזױ האָב איך געטאָן. האָט זי מיר געפֿירט.
אָבער מיר -- אָ, און מיר האָבן געהאַט -- ס'איז
שױן געװען שנײ. איז זי געגאַנגען גאַנץ װײַט
פֿון מיר. און איך בין געגאַנגען אין איר
טרעפּ, ביזקל איך בין געקומען טו [אױף]
קאָנצעװיטשן, צו זײער הױז. אַלרײַט [גוט]. איז
174:00געװען -- יעצט איז דאָ אַזאַ געשיכטע. ס'איז
געשיכטעס אָן ענד. אַ סך פּרטים דאָרטן. נאָר
איך װעל אײַך דערצײלן. װײַל דאָס זײַנען
װיכטיקע געשיכטעס. קאָנצעװיטש איז געװען אַן
אַקלאָהאָליק. און ער פֿלעגט קומען צו מײַן
פֿאָטער. ער דאַרף האָבן אַ פֿערטעלע. זאָגט --
פֿלעגט מײַן פֿאָטער זאָגן, "הער זיך אײַן. אַ
פֿערטעלע איז אַלרײַט [נישקשה], אָבער ניט
מער." ער פֿלעגט האָבן די פֿערטעלע, פֿלעגט ער
דאַרפֿן האָבן נאָך אַ פֿערטעלע. און נאַכער
פֿלעגט ער װערן -- אין גאַנצן שיכּור. און אַז
ער פֿלעגט װערן שיכּור, פֿלעגט ער צוהרגענען
זײַן װײַב און זײַן טאָכטער. ס'איז ניט געװען
זײַן טאָכטער. ס'איז געװען די װײַבס טאָכטער.
ער איז געװען דער דריטער מאַן צו די פֿרױ, צו
175:00מאַנקען, מאַריאַ. ער האָט געהײסן "סטאַס." און
ער פֿלעגט שטענדיק זאָגן, "נו, דו האָסט
באַגראָבן צװײ, אָבע איך װעל שױן דיר
באַגראָבן." און זי פֿלעגט זאָגן, "נאָ [נײן],
דאָס װעלן מיר שױן נאָך זען. דאָס איז נאָך ניט
באַװוּסט. דאָס מיר װעלן נאָך זען." זי איז
געװען פֿופֿציק יאָר, און ער איז געװען זעקס
און דרײַסיק. זאָגט זי, "דאָס קען מען ניט װיסן.
מיר װעלן זען װער װעט באַגראָבען װעמען." און
נאַכער, װעל איך אײַך דערצײלן, זי האָט טאַקע
באַגראָבן אים. איז אַז ער פֿלעגט װערן
שיכּור, איז פֿלעגט ער װערן געפֿערלעך מיט דעם
-- מיט די װײַב, מיט די פֿרױען. די אײנציקע
פּיפּל [לײַט] -- מיר זענען געװען אין
אָרדענונג מיט אים. און דער ייִנגעלע -- זי --
געניע, די טאָכטער פֿון מאַריאַ, האָט געהאַט
אַ אילעדזשיטימאַט -- אַ ממזרל, אָקײַ
[פֿאַרשטײסט]? און מײַן פֿאָטער האָט ליב
176:00געהאַט קינדער. ער האָט ליבע געהאַט קלײנינקע
קינדער. און מײַן זון איז אַ פּעדיאַטרישאַן
[קינדער־דאָקטער]. ער האָט אױך -- אַז איך
פֿלעג גײן זען מײַ [מײַן], די -- איך פֿלעג
איבערנעמען די פֿרױען פֿון געבורט, און איך
האָב געהאַט די קינדער אין נורסערי
[קינדער־צימער]. לעני, מײַן עלטערער זון
פֿלעגט אַלעמאָל -- ער איז געװען זיבן־אַכט
יאָר. ער פֿלעגט קומען אין נורסערי און פֿלעגט
שטײן -- אין די גלאָז -- װאַנט, און פֿלעגט
שפּילן זיך, מאַכן צו זײ פֿאַרשײדענע פּנים.
און ער איז געװען אַ פּעדיאַטרישאַן. אַזױ איז
ער געװאָרן, איר פֿאַרשטײט. יעדנפֿאַל, מײַן
פֿאָטער האָט ליב געהאַט דעם קלײנינקן. אָלעס.
און סטאַס איז געװען זײער העפֿלעך צו אָלעס.
ער פֿלעגט שטענדיק אים מאַכן זיכער, אַז ער
איז ניט קאַלט, און אַז ער האָט מילך, און
אַלצדינג. אָבער די פֿרױען פֿלעגט ער מאַכן אַ
177:00לעבעדיקן טױט. געניע פֿלעגט קומען צו מײַן
פֿאָטער און זאָגן אים, "אױב דו װעסט אים געבן
געלט, זאָג איך דיר, אַז איך װעל רופֿן די
פּאָליצײ. אױב דו װעסט אים געבען געלט, רוף איך
די פּאָליצײ, און זײ װעלן אײַך נעמען." װי --
מײַן פֿאָטער איז געװען אַ גוטער
פּסיכאָלאָג. װײַל װי אַזױ ער האָט געקענט
שװימען צװישן די צװײ שטראָמען, צװישן געניען
און צװישן סטאַסן -- דאָס איז געװען אַ קונץ.
אָבער ער איז געװען אַ גוטער פּסיכאָלאָג. און
ער האָט דאָס באַהאַנדלט גאַנץ גוט. אײן מאָל
בײַ נאַכט -- אָ, אײן מאָל איז געניע געקומען,
אַז די -- ס'איז דאָ ידיעה אַז קאָנצעװיטש
האַלט אױס -- באַהאַלט ייִדן. פֿאַר װאָס? ער
האָט שטענדיק געלט אױף צו טרינקען. און
178:00פּלײיִנג [שפּילן אין] קאַרטן. ער פֿאַרלירט
שטענדיק און ער קומט צוריק אַ װאָך שפּעטער
מיט נײַע געלט. איז מסתּמא באַהאַלט ער ייִדן.
האָבן דאָס אונדז אָנגעזאָגט דער -- די
פּאַשקאָװסקיס. "מיר װײסן -- מיר װילן ניט װיסן
װוּ איר באַהאַלט זיך. אָבער עס איז דאָ אַ
רומאָר [פּליאָטקע], אַז קאָנצעװיטש באַהאַלט
אײַך. ס'איז ניט זיכער פֿאַר אײַך צו זײַן
דאָרטן." אַז מיר האָבן זיך דאָס דערװוּסט, איז
די ערשטע זאַך האָט מײַן פֿאָטער אַראַנזשירט
מיט אַן אַנדער אַרבעטער צו באַהאַלטן אסתּר
בערנשטײן, און ליפּקע רודאַשעװסקי. איז
זײַנען זײ געװען באַזיכערט. אין צװישן־צײַט,
מײַן פֿאָטער איז געװאָרן זײער קראַנק. ער
האָט געהאַט אַן אַבצעס. און ס'איז -- דער
179:00אַבצעס איז געװאָרן זײער גרױס. ער האָט געהאַט
היץ, הונדערט און זעקס, הונדערט זיבן -- ער איז
געװען אין גאַנצן דעליריִוס [צעפֿיבערט]. און
מאַניע קומט -- מאַנקע איז מאַריאַ -- קומט און
זאָגט אונדז, "הער זיך אײַן. קאָנצעװישטעס
ברודער זײַנען געװען באַזוכט יעצט. װײַל מע
האָט -- זײ האָבן געהאַנגען -- זײ האָבן
געגנבֿעט הינער, און די פּאָליצײ איז געקומען
-- און אַ שכן האָט אָנגעגעבן זײ, אַז זײ האָבן
-- אַז װאַרשײַנלעך קאָנצעװיטש האָט געהאַט --
איז זײַן -- האָט מען געזאָגט, זײַן ברודער --
איז אפֿשר זײ קענען קומען צו דיר, צו אונדז
נאַאו [יעצט]. איר דאַרפֿט אַרױסגײן." ס'איז
געװען -- די טעמפּעראַטור איז געװען פֿערציק
פֿאַרענהײַט, מינוס -- פֿערציק פֿאַרענהײַט.
מײַן פֿאָטער האָט געהאַט אַן אַבצעס. ס'איז
געװען אַ גרױסער שטורעם, צו אונדזער גליק.
180:00װײַל מיר זענען -- געדאַרפֿט אַרױסגײן פֿון
הױז, גײן אין װאַלד, אָבער אונדזערע טריט
זײַנען געװאָרן פֿאַרמאַסקירט צוליב דעם
שטורעם פֿון די שנײ. האָט מען אונדז ניט
געקענט זען. אָבער דער פֿאָטער איז געװען זײער
שװער קראַנק. און איך האָב געמײנט, װײַל אַלע
אונדזערע קרובֿים אין יענער צײַט זײַנען שױן
געװען טױט. האָב איך געמײנט, אַז דאָס איז די --
אַז יעצט װעל איך פֿאַרלאָז-- פֿאַרלירן מײַן
פֿאָטער אױך. און איך האָב געמײנט אַז װאָס
קען איך טאָן פֿאַר אים? איך װײס ניט װאָס צו
טאָן. און קײן מעדיצינישע העלף האָב איך ניט
געקענט באַקומען. אַפֿילו קײן פֿעלדשער האָבן
מיר ניט געקענט באַקומען, װײַל ס'איז געװען --
דער פֿעלדשער איז געװען -- מאַזשעקאָ -- איז
געװען אין נעמענטשין, אין שטאָט. האָב איך ניט
געקענט באַקומען. האָב איך געמאַכט אַ נדר צו
זיך. אַזױ איך װעל -- אױב איך װעל איבערלעבן דעם
181:00גהינום, דאָס װעל איך -- װעל איך זײַן אַ
דאָקטער, מעדיצינישער דאָקטער. האָב איך דאַן
באַשלאָסן, אַז דאָס װאָס איך װעל טאָן אױב
איך לעב דורך דעם גהינום. און נאַכער װעל איך --
אױב מיר װעלן האָבן צײַט, װעל איך אײַך
דערצײלן די געשיכטע פֿון דעם. יעדנפֿאַלס, זײ
האָבן געקומען -- זײַנען געקומען, און געזוכט,
און זײ האָבן קײן זאַך ניט געפֿונען. בוט
[אָבער] אײדער דעם, איז געװען אױך אַ געזוכט,
און מיר זײַנען געװען -- די פֿיר אָף [פֿון] --
ס'איז געװען פּאָליצײ װעלכע איז געקומען --
זײַנען געקומען זוכן -- דאָס איז געװען אײדער
װאָס איך האָב אײַך דערצײלט. מײַן פֿאָטער
האָט געמאַכט אַ דובל -- אַ דאָבל -- װאַנט, און
זײ זײַנען געקומען זוכן, און מיר זײַנען
אַרײַן -- די פֿיר -- מיר זײַנען אַרײַן בעהינד
182:00דע דאָבל [הינטער די טאָפּלטע] װאַנט. און --
און איך האָב געהאַלטן ליפּקעס האַנט װײַל
איך האָב מורא אַז זי קען זאָגן, "אױ." און ער
האָט געגעבן אָן די ליכט, געמאַכט אַ לײַכט,
און געזען װאָס איז דאָ -- אָ, זאָגט געניע,
"דאָ, באַהאַלטן דאָ פֿאָר דע -- פֿאַר די --
פֿאַר די הײ -- פֿאַר די בהמה און פֿאַרן
פֿערד." און ער האָט אַ קוק געטאָן, און ער גיט
אַ ריר מיט זײַן -- מיט זײַן האַנט די װאַנט,
איז דאָס געװען פֿון טעקטור. ס'איז ניט געװען --
דאָס איז אַ געװען אַ צײַטװײַליקע זאַך, איר
פֿאַרשטײט? שפּעטער האָבן מיר געמאַכט אַ מער
סאָלידע זאַך, אָבער דאָס איז געװען אײנע פֿון
די אינצידענטן װאָס מיר זע-- אַרױסגעדרײט.
װײַל עס איז דאָ געשיכטעס אָן אַן ענד, אָבער
183:00דאָס איז געװען אײדער די געשיכטע װאָס מיר
האָבן געדאַרפֿט אַרױסגײן אין -- ס'איז געװען
עטלעכע מאָנאַטן, אַ ביסל צײַט פֿריִער אײדער
מיר זענען אַרױסגעגאַנגען -- געדאַרפֿט
אַרױסגײן אין -- אין די מידל [מיטן] פֿון דעם
שטורעם, אין דעם װאַלד. יע. איר פֿאַרשטײט,
דאָס איז געװען אַ -- זײער אַ שרעקעלכע געפֿיל
צו זײַן װי אַ הונט װעלכער יעדערער װאָס װיל
דיר האָבן האַס קענען דערהרגענען און
באַקומען צװײ קילאָגראַמען פֿון זאַלץ. איז
נאַכער געװען אונדזער אױפֿגאַבע צו באַקומען
געװער. אַלזאָ אַרום, מײַן פֿאָטער האָט
געהאַט אַ קליענט אין שניפּישאָק װעלכער איז
184:00געװען אַ טײל פֿון װילנע. אַ פּױלישער מענטש
װעלכער איז געװען זײער -- אין זײער גוטע
באַציִונגען מיט מײַן פֿאָטער. און -- האָט
מײַן פֿאָטער אױסגעביטן גאָלדענע מטבעות און
האָט דאָס איבערגעבעבן פּאַשקאָװסקי -- צו
פּאַשקאָװסקין, דורך מאַריאַ. דאָס איז געװען
-- מאַריאַ איז געװען די פֿאַרמיטלער. סטאַסיע
קאָנצעװיטשעס פֿרױ. און פּאַשקאָװסקי האָט
באַקומען פֿאַר אונדז דרײַ
האַנט־רעװאָלװערן. אײנער פֿון זײ איז געװען
אַ נאַגאַן. דאָס איז אַ שטאַרקער רוסישער
האַנט -- האַנדגון [פּיסטױל], מיט זעקס קױלן אין
185:00דעם נאַגאַן, און דרײַ האָב איך געהאַט אין
זאַפּאַס -- אין רעסערװ. און מײַן פֿאָטער האָט
געהאַט צװײ רעװאָלװערן. אײנער אַ גאַנץ גוטן
רעװאָלװער, און אײנער איז געװען אַ קלײניקע --
אױף אַ נאָענטן דינסטאַנץ. אָבער דער גרױסער
געװער האָט ער איבערגעגעבן מיר. אַלזאָ אין
צװײ און פֿערציקטן יאָר, זײַנען מיר געזעסן
אין די זומפּן, און געמאַכט זיך אַ קלײנעם
אינדזל. האָבן מיר געטראָפֿן -- געטראָגן
זאַמד פֿון די פֿעלד, װײַל עס איז געװען -- מע
פֿלעג דאַרפֿן אַרײַנגײן ביז -- ביזן בױך אין
װאַסער. און מיר האָבן געװוּסט אַז די
186:00פּאָליצײ און די נאַציס װעלן ניט װעלן קריכן
דאָרטן. האָבן מיר געװוּסט, אַז דאָס איז אַ
גאַנץ זיכערער פּלאַץ. דאַן האָב איך שױן
געהאַט מײַן שטאַרקן געװער, מײַן נאַגאַן,
אָבער געדאַרפֿט אָבער װי צו נוצן דאָס. מײַן
פֿאָטער האָט געװוּסט װי צו נוצן געװער, און
ער איז געװען זײער גוט. אָבער איך בין געװען אַ
נאָװיס צו דעם, אַ נײַער. האָב איך דרײַ
מאָנאַטן געאיבט זיך צען אַאוערס -- צען שעה אַ
טאָג. איך פֿלעג אַװעקלײגן מײַן נאַגאַן אױף
מײַן רעכטן זײַט, פֿאַר מיר, פֿאַר מיר, בעהינד
[הינטער] -- נאָך מיר, רעכטע האַנט, לינקע האַנט.
איך פֿלעג זײַן אױפֿן מײַן ציל אין אַ ספּליט
187:00סעקאָנד [הרף־עין], װי איך פֿלעג -- און איך
האָב דאָס געאיבט צען טאָג -- צען שעה יעדן
טאָג, דרײַ מאָנאַטן. און בײַ -- אין דער צײַט
בין איך געװען זיכער, אַז אױב איך טרעף זיך מיט
עמעצן, האָב איך אַ פֿיפֿטי־פֿיפֿטי --
פֿופֿציק־פֿופֿציק שאַנס דורכשיסן זיך.
אָבער אַ היציקער װי איך בין געװען, װײַל עס
װאָלט ניט געװען מײַן פֿאָטער, װאָלט איך
אױפֿגעקומען. פֿאַר װאָס? װײַל װען מיר פֿלעגן
גײן צו פּאַשקאָװסקי, פֿלעגן מיר דאַרפֿן
דורכגײן אַ געװיסן דערפֿל, און דאָרטן זײַנען
געװען פֿײַװ -- פֿינף אַנטיסעמיטן, אַלע זײער --
פֿול מיט געװער. און זײ האָבן געהאַט אַ הונט,
פֿאַרשטענדלעך. איז פֿאַר מײַן פֿאָטער און
איך, פֿלעגן מיר דאַרפֿן דורכגײן אין בלאָטעס
אַ פּאָר קילאָמעטער אַרומגײן, בכדי דער הונט
188:00-- דער הונט זאָל ניט דערקענען אוס [אונדז], זײ
זאָלן ניט אַרױסגײן פֿון דאָס. אַז איך בין
געװען אַזױ באַזיכערט מיט מײַן שיסערײַ, האָב
איך ניט געװאָלט גײן אַרום. האָט מײַן פֿאָטער
אַ קלאַפּ געטאָן מיר. זאָגט ער, "קום, מיר גײען
-- װאָס מײנסטו? דאָ איז דאָ פֿינף מענטשן. זײ
האָבן געװער ביז זײער -- דו קענסט שיסן
צװײ־דרײַ, אָבער דער -- אָבער פֿון דיר װעט קײן
לעבעדיקער -- דו װעסט לעבעדיק ניט אַרױסגײן."
אָבער איך בין געװען צו אין כּעס, און צו
היציק. איך װאָלט -- װען מײַן פֿאָטער װאָלט
מיר ניט פֿאַרהיט, װאָלט איך -- איך װאָלט
דערהרגעט עטלעכע נאַציס, בוט [אָבער] איך
װאָלט ניט אַרױסגעקומען לעבעדיק. און
טאַלקינג -- רעדנדיק װעגן מײַן פֿאָטער דאַרף
איך אײַך דערצײלן זײער אַ װיכטיקע געשיכטע,
189:00װעלכע האָט אײַנגעפֿלוסט -- געמאַכט אַן
אײַנפֿלוס אױף מיר דעם -- רעסט אָף [דאָס
איבעריקע פֿון] -- פֿאַר מײַן גאַנצן לעבן.
דאָס איז אַ װיכטיקע זאַך װעלכע איך האָב
איבערגע -- װעלכע איך האָב אױסגעלערנט פֿון
מײַן פֿאָטער. אין דרײַ און פֿערציקן יאָר,
האָט מײַן פֿאָטער באַקומען אַ בריװ פֿון
זײַן גוטן פֿרײַנט בעקערשטײן, װעלכער האָט
געלעבט אין נעמענטישן. און מײַן פֿאָטער
לײענט דעם בריװ אין ייִדיש, און ער לײענט אים
צװײ מאָל, און ער גיט מיר איבער. זאָגט מיר, "דו
-- לײען דעם בריװ." לײען איך דעם בריװ, און דער
בריװ -- און משה בעקערשטײן שרײַבט, "טײַערער
190:00בערל" -- דאָס איז געװען מײַן פֿאָטערס נײם
[נאָמען]. און זײ זײַנען געװען פֿרײַנט. "איך
בין דאָ מיט מײַן פֿרױ, מײַן זון יצחק, און
פֿרײדעלע -- און מײַן טאָכטער -- און אַן אַנדער
-- און אַן אַנדער ייִנגל. און מיר האָבן מער
קײן געלט ניט. און דער מענטש װעלכער באַהאַלט
אונדז איז אַן אָרעמער מענטש, און ער קען ניט
אױסהאַלטן אונדז אױב מיר קענען ניט קױפֿן
אונדזער -- אונדזער עסן." [הפֿסקה אין
רעקאָרדירונג] מיר האָבן גערעדט װעגן דעם, אַז
ס'איז געקומען אַ בריװעלע פֿון מײַן פֿאָטערס
פֿרײַנט, און ער האָט דאָס איבערגעלײענט. און
ער האָט געגעבן מיר דאָס לײענען. איך האָב
191:00דאָס איבערגעלײענט. און ער שרײַבט -- דער מענטש
שרײַבט, "איך זיץ דאָ מיט מײַן פֿרױ מערען און
פֿרײדעלע און איצעלע און אַן אַנדער ייִנגעלע
װאָס איז צו איר-- מיר קענען ניט באַצאָלן. מיר
האָבן ניט קײן געלט, און מיר קענען ניט קױפֿן
אונדזערע עסנװאַרג. קען איך אײַך בעטן -- קען
איך דיר בעטן פֿאַר אַ הלװאה?" מינס [מײנט] --
"קענסט מיר פּשוט געבן אַ ביסל געלט?" זאָג איך
-- קוק איך אױפֿן טאַטן און איך זאָג, "נו, איז
װאָס װילסטו טאָן?" זאָגט ער, "איך װעל אים געבן
העלף װאָס מיר האָבן." זאָג איך, "העלף װאָס מיר
האָבן? װאָס -- אױב די מלחמה װעט זײַן צװײ מאָר
[מער] יאָר -- צװײ מאָר יאָר -- װאָס װעט װערן
פֿון אונדז אױב מיר קענען זיך ניט
אױפֿהאַלטן?" מײַן פֿאָטער האָט אַ קוק געטאָן
192:00אױף מיר און מיט אַ זײער קריטישן קוק. זאָגט
ער, "זון, מײַן טײַערער זון, דו ביסט זיכער אַז
מיר װעלן לעבן אין צװײ יאָר פֿון -- פֿון יעצט?
אָדער אין אַ יאָר פֿון יעצט? אין אַ מאָנט --
אין אַ מאָנאַט פֿון יעצט? אָדער אין אַ טאָג
פֿון יעצט? די -- מיר האָבן ניט קײן גערעכט צו
שפּעקולירן אױף דעם לעבן פֿון די פֿינף
מענטשן. מיר קענען ניט -- מיר קענען װערן
געכאַפּט װערן אין אַ טאָג. און דו װילסט
ספּעקולירן מיט דאָס לעבן פֿון פֿינף מענטשן?"
און ער האָט זײ געגעבן העל -- גענוג -- גענױ
האַלבעס פֿון װאָס ער האָט געהאַט. װען די
סאָװיעטן זענען געקומען, איז דאָס געװען אַ
193:00יאָר -- אַ יאָר שפּעטער -- אַ ליטל -- אַ ביסעלע
מער װי אַ יאָר. זײַנען מיר געבליבן אױף די
לעצטע מטבע. אָבער זײ זענען אַלע געבליבן
לעבן. זײַנען געפֿאָרן אין פּאַלעסטינע. און
מיר האָבן געזען זײערע קינדער, זײערע
אײניקלעך, זײערע אוראײניקלעך. אָט דאָס --
אָבער דיס -- דאָס איז אַ לעקציע װעלכע איך
האָב געלערנט, װעלכע האָט אײַנגעפֿלוסט מײַן
באַ-- בעהאַװיאָר [אױפֿפֿיר] -- מײַן באַציִונג
צו געלט פֿאַר דעם -- ביז די ענדע פֿון מײַן
לעבן. אַלס אַ דאָקטער, אױב מענטשן האָבן ניט
געהאַט קײן אַרבעט פֿלעג איך קײן מאָל ניט
194:00נעמען קײן געלט פֿון זײ. אױב זײ האָבן ניט
געהאַט קײן געלט -- װײַל די מענטשן אין מײַן --
אין מײַן קהילה װוּ איך האָב געאַרבעט זײַנען
געװ -- דאָס איז ניט בעװערלי הילס, דאָס איז אַ
מעקסיקאַנער באַפֿעלקערונג. איך האָב
צוגענומען קינדער פֿינף מאָל -- איך האָב קײן
מאָל ניט געהאַט קײן אײן פּעני פֿון זײ, װאָס
איז גע-- און איך פֿלעג זײ אַלעמאָל זאָגן,
"!דאָנט װאָרי [זאָרגט זיך ניט]". ס'איז ניט קײן
שװעריקײט פֿאַר מיר. מיר -- און דאָך האָב איך --
האָב איך געלעבט -- גענוג געהאַט צו שיקן מײַנע
-- מײַנע קינדער צו אוניװערסיטעט. צװײ זײַנען
מעדיצינישע דאָקטױרים. מײַן טאָכטער, װי איך
האָב אײַך געזאָגט, איז מײַן דאָקטער װײַל זי
אַ װעטערינאַר. זאָג איך אַז אַזאַ חיה װי איך
195:00דאַרף האָבן נאָר אַ װעטערינאַר צו הײלן מיר.
און עס האָט מיר קײן מאָל קײן מאָל ניט
געפֿעלט קײן זאַך. אָבער דאָס איז געװען
אײַנגע -- אונטער דעם אײַנפֿלוס פֿון מײַן
פֿאָטער. [הפֿסקה אין רעקאָרדירונג] װען איך
האָב באַקומען געװער, און איך בין געװען -- איך
בין געװען גאַנץ זיכער מיט מײַן פֿאַך, מיט
מײַן נײַעם פֿאַך, האָב איך ניט אַרױס -- נײן,
איך דאַרף אײַך מוזן דערצײלן נאָך עטלעכע זאַכן.
ק"װ: אָבער װעגן די פֿריִערדיקע מעשׂה, איך
האָב געװאָלט פֿרעגן נאָר, װי אַזױ האָט איר
דורכגעשריבן אין -- בשעת דער מלחמה? װי אַזױ
איז באַקומען דאָס בריװל?
װ"ג: אָ, דאָס בריװל פֿון מײַן פֿאָטערס -- ?
ק"װ: יאָ.
װ"ג: דורך געטרױע פּױלישע פּױערים. װײַל זײ
196:00האָבן -- זײ האָבן געהאַט אַ פֿאַרטרױטן
מענטשן, און מיר האָבן געהאַט -- און זײ האָבן
געװוּסט, אַז מיר לעבן. צװישן די מענטשן אין די
געגנט -- אין דעם זעלבן געגנט, װערט דערװוּסט.
און זײ האָבן געספּעקולירט, װער קען װיסן, װי
אַזױ צו געבן אַ מודעה. יע, נאָר איך דאַרף
אײַך דערצײלן צװײ זאַכן, צװײ זאַכן װעלכע
זײַנען זײער װיכטיק. איך װײס ניט װיפֿל צײַט
איר װעט האָבן. װיפֿל געדולד און צײַט איר װעט
האָבן. נאָר דאָס גלײב איך אַז דאָס איז -- אַז
דאָס איז װיכטיק.
ק"װ: זײַט אַזױ גוט, יאָ.
װ"ג: די ערשטע זאַך װעל איך אײַך דערצײלן -- די
װיכטיקסטע זאַך. און נאַכער, אױב איך
פֿאַרגעס, װעט איר דערמאָנען מיר, װי אַזױ איך
197:00בין אַרױסגעגאַנגען פֿון לוקישקעס, פֿון די
תּפֿיסה דורך דעם -- דורך די העלף פֿון דעם
פֿאָטער פֿון מײַן בעסטן פֿרײַנד, בערעלע.
אָקײַ. איז די ערשטע זאַך -- מיר -- איך בין
געװען מיט אַ רוסישן פֿליכטלינגער,װעלכער איז
אַנטלאָפֿן פֿון די דײַטשן. און מיר זײַנען
אַרײַנגעגאַנגען צו אַ באַרן [שטאַל]. װי
זאָגט מען אַ "באַרן"? װײס איך ניט. פֿון אַ
פּױלישן פֿרײַנט. און אין דער פֿרי האָבן מיר
198:00געהאַט בדעה גײן צו אים און בעטן אים צו האָבן
עפּעס צום עסן. און ער איז געװען אַ
פֿרײַנטלעכער מענטש. אין דער פֿרי, אַז ס'איז
געװאָרן שױן טאָג, האָב איך געהערט -- דער הונט
האָט געביסן, האָט געשריִען, און איך גיב אַ
קוק און זײַנען דאָ -- ס'איז דאָ אַ מענטש מיט
אַ -- מיט אַ האָרס -- פֿערד -- און צװײ
פּאָליציאַנטן מיט אים. און זײ גײען אַרײַן
אין די הױז פֿון אונדזער פֿרײַנט. און מײַן
יונגער פֿליכטלינגער פֿון די סאָװיעטן זאָגט,
"הײ, מיר מוזן אַנטלױפֿן יעצט. דאָ זענען דאָ
199:00פּאָליצײ. אָבער דער -- די געבײַדע װוּ מיר
זענען געװען איז געװען אין דעם -- אין מיטן
פֿון אַ לאַנגע פֿעלד. זאָג איך, "נײן, נײן, נײן,
נײן, נײן. װײַל אױב -- אױב מיר גײען אַרױס און זײ
האָבן װינטאָװקע -- זײ האָבן די --
ק"װ: זײ קענען זען, יאָ?
װ"ג: װי?
ק"װ: אַז זײ קענען אײַך זען?
װ"ג: יאָ, זײ װעלן אונדז זען און זײ האָבן די --
די שיסן־מאַטעריאַל. זײ װעלן אונדז
דערהרגענען. מיר מוזן זען װאָס מיר מאַכן --
װאָס זײערע באַװעגונגען זײַנען. און איך האָב
געהאַט מײַן שטאַרקן נאַגאַן. ער איז -- ער
האָט ניט געהאַט גאָרניט. און אַז זײ גײען
אַרױס פֿון הױז, און זײ רעדן, און זײ גיבן אַ
קוק װוּ די -- װוּ ער האָט געהאַט די בהמה -- ער
200:00איז געװען לעבן הױז, און זײ גײען צו אונדז, װוּ
מיר זענען געװען באַהאַלטן, װוּ ער האָט
געהאַלטן -- װוּ דער מענטש האָט געהאַלטן די
שטרױ און די הײ. זאָגט ער, "יעצט, װאָס טוען
מיר?" אַלזאָ -- דאָס איז געװען -- די טיר איז
געװען אַזױ װי אַ װעסטערנער טיר. זי עפֿנט זיך
אױף בײדע זײַטן. זאָג איך -- זאָג איך אים, "דו --
טוט קײן זאַך ניט. לײג אַרײַן דײַן -- דײַן
האַנט אין -- אין קעשענע, און -- זאָל דאָס
אױסזען אַז דו האָסט אַ רעװאָלװער. איך װעל
טאָן דאָס -- דאָס לעצט -- דאָס איבעריקע." ער
איז געװען אַ מער־װײניקער אַ יאָר ייִנגער װי
איך. און איך האָב -- איך בין געװען מיט מײַן
נאַגאַן, און איך האָב דאָס אָפּגערוקט --
201:00קאָקט איט [אָנציִען דאָס צינגל] -- איך װײס ניט
װי דאָס זאָגן אױף ייִדיש -- און זײ עפֿענען
אױף די טירן, און זײ גײען פֿאָר -- אַרײַן אין
די געבײַדע, קוקן אױף די הײ, אױף די שטרױ, און
זײ גײען אַרױס. און איך לױף -- איך לױף אַרױס
און איך שרײַ אין -- אין ליטװיש, "ראַנקאַס
אאָקסטין [אַרױף מיט די הענט]!" און אײנער פֿון
זײ גײט צו -- זײ גײען צו דער רעװאָלװער. און איך
זאָג זײ װאָסעװער איך האָב געזאָגט, "פֿריז
[רירט זיך ניט]!" זײ קוקן און זײ זען אַז איך
האָב -- אַז מײַן רעװאָלװער איז פֿאַרטיק צום
שיסן. און איך זאָג דעם ערשטן אין ליטװיש,
"אָפּען -- אָפֿן דײַן -- דײַן חגורה -- איז דײַן
בעלט [גאַרטל]." און דער רעװאָלװער פֿאַלט אױף
202:00די -- אױפֿן -- אױף דער ערד. "דו גײ פֿאָר דרײַ
טרעט און -- און סטאָפּ [שטעל אָפּ]." און אַז ער
האָט דאָס געטאָן, דעם צװײטן -- דאָס זעלבע. ער
גײט אַר -- און ער -- זײַנען געגאַנגען פֿאָרױס
-- און אַז די רעװאָלװערן זײַנען געװען אױף דער
ערד, זײַנען מיר צוגעלאָפֿן בײדע, און דער
רוסישער פֿליכטלינגער האָט געהאַט אײן
רעװאָלװער. איך האָב שױן געהאַט צװײ
רעװאָלװערן. מיר האָבן צוגענומען זײערע
ריפֿעלס [װינטאָװקעס]. און זײ -- מיר האָבן
געלאָזן דאָס אין די -- אין די געבײַדע. און זײ
זענען געגאַנגען פֿאָרױס. און איך רעד מיט דעם
-- און דער רוסישער פֿליכטלינגער, דער רוסישער
סאָלדאַט־ייִנגל איז געװען אױפֿן רעכטן זײַט,
און איך בין געװען אױף דער לינקן זײַט. און איך
203:00האָב צװײ רעװאָלװערן, און ער האָט אײנעם. און
זײ גײען פֿאָרױס צו -- פֿון אונדז. און דער
זאָגט -- דער רוסישער ייִנגל זאָגט אין רוסיש
צו מיר, "איך װעל -- איך װעל אַװעקלײגן דעם אָן
[אױף] מײַן זײַט, און דו לײג אַװעק אױף -- דעם
אַנדערער אױף דײַן זײַט." זאָג איך, "נײן, נײן,
נײן. איך װעל אַװעקלײגן אײנעם פֿאַר מײַן
מוטער, און אײנעם פֿאַר מײַן ברודער." און אַזױ
רעדן מיר. און -- מיר רעדן רוסיש, אָבער זײ
פֿאַרשטײען רוסיש. מיר גײען אַרײַן -- מיר גײען
-- זײער װײַט -- און מיר גײען צו די -- װאָס איז
געװען װאַסער און דאָס איז געװען די ענדע פֿון
דער --
ק"װ: זומפּן?
װ"ג: -- פֿון דער רײַזע, אַזױ צו זאָגן. אַז מיר
204:00פֿאַנגען אָן אַרײַנגײן אין די בלאָטעס -- זײ
האָבן געהערט װאָס איך -- װאָס מיר האָבן
גערעדט אין רוסיש -- פֿאַלן זײ אױף זײערע קניס,
און זײ זאָגן -- און זײ האָבן געהערט אַז איך
זאָג, "אײנער פֿאַר מײַן ברודער און אײנער
פֿאַר מײַן מוטער" -- און זײ האָבן געזאָגט --
זאָגן זײ, "מיר זײַנען אומשולדיקע מענטשן. מיר
האָבן קײן שום שײַכות ניט געהאַט מיט די
עקזעקוציע פֿון די ייִדן פֿון ניעמענטשין.
מיר זײַנען אומשולדיקע מענטשן." און איך
טראַכט -- און איך גלײב זײ ניט, פֿאַרשטענדלעך.
אָבער -- אין דעם מאָמענט טראַכט איך, "מיר
זענען געװען קלעריקס [קלעריקער] אין די
פּאָליצײ. מיר האָבן קײן שום שײַכות ניט מיט
205:00די עקזעקוציע פֿון -- פֿון די ייִדן." און איך
בין געװען אַזױ אױפֿגענומען. איך האָב ניט
געװוּסט װאָס צו טאָן. װאָס -- אױב זײ זאָגן דעם
אמת, גײ איך דערשיסן אומשולדיקע מענשטן. האָב
איך ניט געװוּסט װאָס צו טאָן. און ס'איז געװען
זײער שרעקלעך פֿאַר מיר. דער -- דאָס געדאַנק
אַז אױב זײ זאָגן דעם אמת -- אַפֿילו איך האָב
זײ ניט געגלײבט אָבער, אױב זײ זאָגן דעם אמת,
גײ איך אומקומען -- דערשיסן צװײ אומשולדיקע
מענשטן. קען איך דאָס ניט טאָן. זאָג איך, "יו
באַסטאַרדס [ממזרים]! גײט אַװעק אײדער איך בײַ
-- אײדער איך -- אײדער איך --
ק"װ: בײַטן די --
װ"ג: -- אײדער איך האָב אַן אַנדער געדאַנק װעגן
אײַך." און איך האָב זײ געלאָזן גײן. איך מוז
206:00אײַך זאָגן, אַז פֿיל יאָרן נאָך דעם האָב איך
זיך געשעמט דערצײלן דאָס. װײַל איך בין געװען
פֿאַרזיכערט אַז זײ זײַנען ניט געװען קײן
גוטע מענטשן. אַז זײ זענען -- זײ
אַמװאַרשײַנלעכסטן זײַנען געװען די מערדער
פֿון די ייִדישע מענטשן אין נעמענטשין. אָבער
דאָס איז געװען מײַן -- מײַן פֿילונג -- מײַן
געפֿיל אין דעם מאָמענט װי איך האָב
געדאַרפֿט דערשיסן -- דערהרגענען צװײ מענשטן.
און מײַנע קינדער פֿלעגן שטענדיק -- װען זײ
זענען געװען קלײן -- פֿלעגן זײ שטענדיק פֿרעגן,
"אָ, טאַטע, טאַטע, זאָג מיר, װיפֿל -- װיפֿל
דײַטשן האָסטו דערהר-- װיפֿל נאַציס האָסטו
דערהרגעט? װיפֿל נאַציס האָסטו דערהרגעט?"
זאָג איך, "אַז איר װעט אױפֿװאַקסן, איר װעט
זײַן גרױסע -- גרױסע, װעל איך אײַך זאָגן." אײן
מאָל איז מײַן טאָכטער געװען דאָ. זי איז
געװען דרײַצן, מער־װײניקער דרײַצן מאָל --
דרײַצן יאָר אַלט. און מיר האָבן געקוקט אַ
פֿילם פֿון -- פֿון קריג. זאָגט זי, "הײ, טאַטע,
207:00דו האָסט מיר געזאָגט, אַז דו װעסט מיר זאָגן
װיפֿל -- װיפֿל דײַטשן האָסטו דערהרגעט -- װעלן
מיר דערװאַקסן -- װעלן מיר זײַן דערװאַקסענע."
זאָג איך, "יע. װען דו װעסט זײַן דערװאַקסענע."
"ק׳מאָן דאַדי [נו שױן, טאַטע], איך האָב יעצט --
איך בין דערװאַקסן יעצט. קענסט מיר זאָגן,
קענסט מיר זאָגן." האָב איך איר דערצײלט די
געשיכטע. האָט זי מיר אַרומגענומען. זײער
עמאָציאָנעל. און געזאָגט "איך בין אַזױ
גליקלעך אַז דו האָסט קײן מאָל ניט דערהרגעט
קײן -- אַ הומאַן בייִנג, קײן מענטשן." יע. דאָס
איז אײן געשיכטע, װאָס איך האָב געװאָלט אײַך
טאַקע דערצײלן. און די אַנדערע געשיכטע איז
208:00געװען -- דאָס איז אַלץ װיכטיקע -- איך װײס אַז
איך רעד אַ סך, אָבער דאָס זײַנען -- דאָס איז
מײַן צײַט פֿון דעם -- דאָס איז געװען מײַן
לעבן פֿון דער צײַט. איך בין געװען אַ געװיסע
צײַט מיט אַ גרופּע פֿון פֿאַכטלינגער.
ק"װ: פֿאַר דעם -- װען האָט דאָס געשען? דאָס איז
די -- דער מעשׂה פֿון פֿריִער איז געװען פֿאַר
גײן אין די זומפּן מיט דער פֿאָטער? אָדער
אײדער -- נאָך דעם?
װ"ג: װעל, איר דאַרפֿט פֿאַרשטײן אַז עס זײַנען
געװען פֿאַרשײדענע צײַטן װען איך בין ניט
געװען צוזאַמען מיט די פֿאָטער, מיטן פֿאָטער.
װײַל זײַנען געװען -- די אומשטענדן פֿלעגן זיך
בײַטן. און מיר האָבן ניט שטענדיק געקענט זײַן
צוזאַמען. האָבן מיר -- פֿלעגן מיר שטענדיק
באַטראַכטן װאָס איז די בעסטע סטראַטעגיע,
און דאָס זײַנען אַלע מאָל געװען מענטשן
209:00װעלכע -- װעלכע האָבן -- זײַנען געװען פֿרײַנד,
אונדזערע פֿרײַנד. איך װיל אײַך זאָגן, אַז די
פּשוטע פּױערים זײַנען אין מײַן מײנונג, און
אין מײַן האַרץ, זײַנען די גרעסטע העלדן פֿון
דער צװײטער מלחמה. שטעלט זיך פֿאָר, אַז דער
דײַטשישער װערדיקט איז געװען: אױב דו -- אױב זײ
כאַפּן אימעצן װעלכער העלפֿט אַ ייִדן מיט
עסן, מיט הילף אָף [פֿון] -- װאָס פֿאָר אַ מין
דאָס זאָל ניט געװען -- איז דער מענטש, די פֿרױ,
און די קינדער זײַנען געשאָסן אױף דעם אָרט.
װיפֿל מענטשן װאָלטן געהאַט דאָס גײַסט און
210:00מענטשלעכקײט צו נעמען אַזאַ מין יאָך, און
אַזאַ מין זאַך אױף זײער האַרץ. איך זאָג, איך
האָב גערעדט מיט מײַן פֿרױ. װען -- לאָמיר
זאָגן, דאָ איז אַ פּאָגראָם פֿון שװאַרצע
מענטשן. לױפֿט אַרײַן אַ שװאַרצער ייִנגעלע
און דער דין פֿון דער מדינה איז, אַז אױב מע
כאַפּט מיר װאָלט איך געריזיקירט איר לעבן,
און אונדזער טרי [דרײַ] קינדער צו ראַטעװען
דעם ייִנגעלע? איך װײס ניט. איך קען ניט זאָגן
יע אָדער נײן. װײַל דו װײסט ניט װאָס דו װעסט
טאָן, ביזקל דעם מאָמענט װען עס קומט. אַזױ װי
דאָס איז געװען מיט מיר מיט די צװײ ליטװינער.
איך בין געװען גרײט צו דערהרגענען זײ. אָבער
װען ס'איז געקומען דער מאָמענט, און זײ האָבן
געזאָגט, זײ זײַנען אומשולדיקע מענטשן, האָב
211:00איך דאָס ניט געקענט טאָן. דער פֿאַקט איז, אַז
קײנער קען ניט װיסן, װי ער װאָלט זיך אױס -- װי
ער װאָלט זיך באַהאַנדלט, װי ער װאָלט זיך באַ
-- יע, באַהאַנדלט -- אין אַ געװיסן מאָמענט
ביזקל דער מאָמענט קומט ניט צו. ס'איז דאָ נאָך
עטלעכע געשיכטעס, טאַקע בשײַכות מיט דעם,
אָבער איך װעל אַװעקגײן פֿון דעם טעמאַט, װײַל
איך -- װײַל מיר װעלן -- מיר װעלן ניט האָבן קײן
צײַט צו דערצײלן אַנדערע -- אפֿשר מער װי --
ק"װ: אָבער דער --
װ"ג: איך װיל אײַך דערצײלן --
ק"װ: װעגן דער תּפֿיסה --
װ"ג: יע, אַז איך בין געװען מיט זעקס -- יע,
פֿינף, איך בין געװען דער זעקסטער צי דער
212:00זיבעטער. איך געדענק ניט גענױ. מיט זעקס
פֿליכטלינגער -- איך גלײב אַז עס זײַנען געװען
זעקס רוסישע פֿליכטלינגען, װעלכע האָבן
סאַבאָטירט די דײַטשישע באַנען. אָבער זײַנען
מיר געגאַנגען אױף אַן אױפֿגאַבע צו
אױפֿרײַסן אַ באַן לעבן בעזדאַני. בעזדאַני
איז אַ באַן־סטאַנציע ניט װײַט פֿון װילנע,
און ניט װײַט אַפֿילו פֿון נעמענטשין. איז --
און אײנער פֿון די רוסישע סאָלדאַטן איז
געװען אַ ספּעציאַליסט אין דעם. האָבן מיר
דאָס געטאָן, אָבער די הינט פֿון דער סטאַנציע
האָבן אָנגעפֿאַנגען בילדן, און פּלוצלונג,
זײַנען -- לײַכט אַזױ װי [װײַזט מיט די פֿינדער
אױף דאָס ליכט] די -- געװױגן -- געװען אױף אוס
213:00[אונדז] און מע האָט אונדז געכאַפּט. די דײַטשן
האָבן אונדז געכאַפּט. זײ האָבן אונדז
געבראַכט צו די ליטװינער, און די ליטװינער
האָבן גלײַך געזען, אַז איך בין אַ ייִד, און
די אַנדערע זײַנען רוסישע סאָלדאַטן. האָט
מען מיר אָפּגעטײלט פֿון די רוסן. און מע האָט
מיר געשיקט אין לוקישקעס. אין -- פֿון לוקישקע,
דאָס איז פֿון װאַנעט איך האָב שױן געװוּסט
אַז פֿון דאַנעט קײן לעבעדיקער װעל איך ניט
אַרױסגײן. אײן מאָל בין איך אַרױסגעגאַנגען
לעבעדיק. אָבער -- פֿון בערנאַרדינקע -- אָבער
פֿון אַ צװײטן -- אַ צװײטן מאָל, אַז עס זאָל
מיר זײַן אַזאַ מזל איז דאָס ניט װאַרשײַנלעך.
מענטשן -- ייִדן פֿון געטאָ האָבן געאַרבעט
אין לוקישקעס, און אין --
ק"װ: װוּ איז דאָס געװען?
214:00
װ"ג: װי?
ק"װ: װוּ איז דאָס געװען? אין װילנע?
װ"ג: אין װילנע? איר װײסט װוּ גדאַנסק־גאַס
איז? דאָס איז -- מע גײט אױף גדאַנסק צו די ענדע.
און דאָרטן איז געװען אַ טורמע, אַ פּריסאָן.
דאָס איז געװען אַ באַװוּסטע פּריסאָן.
לוקישקע. און דאָרטן פֿלעגן די ייִדן אַרבעטן
בײַ טאָג, און בײַ נאַכט פֿלעגן זײ גײן צום
געטאָ. האָב איך געשיקט אַ מודעה דורך די
ייִדן װאָס האָבן געאַרבעט בײַ טאָג, צו
קאַמענמאַכערן. קאַמענמאַכטער איז געװען
מײַן בעסטן פֿרײַנטס פֿאָטער. און ער האָט
געאַרבעט פֿאַר די געשטאַפּאָ, װײַל ער האָט --
ער איז געװען אַ דײַטש־ערצױגטער ייִד. האָט ער
געקענט זײער גוט דײַטש. האָט ער געאַרבעט
אַלעס דאָלמעטשער פֿאַר די געשטאַפּאָ. און
זײַן זון איז געװען מײַן בעסטער פֿרײַנט. דער
215:00קאָנקורענץ צו טאַניען. איר פֿאַרשטײט? האָב
איך אָנגעזאָגט קאַמענמאַכערן, אַז איך בין
אין לוקשיסקעס. און ער פֿאַרשטײט שױן װאָס
דאָס באַדײַט, אַז מאָרגן אין דער פֿרי -- איך
בין געװען אין טורמע, און מאָרגן אין דער פֿרי
װעט מען אונדז שיקן אין פּאָנאַר. איז ער
געקומען אין טורמע, און ער האָט מיר געזאָגט,
ער קען מיר ניט העלפֿן, אָבער ער גיט מיר אײן
עצה. אין דער פֿרי איז דאָ אַן אַפּעל פֿון
פֿאַכלױטע [דײַטש: פּראָפֿעסיאָנאַלן],
פֿאַכמענער. דו באַטראַכט װאָס פֿאַר אַ
פֿאַך דו קענסט ערקלערן, אַז דו ביסט אַ
פֿאַכמאַן פֿון װאָס פֿאַר אַ פֿאַך. און זײַ
זײער שנעל צו הײבן דײַן האַנט, אַז זײ זאָל דיך
באַמערקן, דו ביסט געװען שנעל צו אױפֿהײבן
דײַן האַנט אַז דו ביסט אַ פֿאַכמאַן. דאָס
216:00איז די אײנציקע זאַך װאָס קען דיר ראַטעװען
פֿון דיר -- פֿון גײן צו פּאָנאַר. האָב איך
טאַקע אַזױ געטאָן. און אין דער פֿרי בין איך
געװען אַ -- שומאַקער.
ק"װ: שוסטער.
װ"ג: אַ שוסטער. אַ שוסטער. האָט מען מיר גלײַך
אָפּגעטײלט. און זײ האָבן איבערגע--
אױסגעקליבן דרײַסיק פֿאַכלױטע, פֿאַכמענטשן.
אומגעפֿירט פֿון לוקישקעס אין דער געטאָ.
אָבער איך האָב ניט געװאָלט אַרײַנגײן אין
געטאָ. איך װאָלט געװאָלט -- איך האָב געװאָלט
גײן צוריק אין די װעלדער. אָבער װי דרײט מען
זיך אַרױס? ס'איז געװען -- אָבער די װאַך איז
געװען זײער שװאַך. ס'איז געװען אײן מענטש אין
פֿאָרנט, און אײן מענטש אין -- צוריק פֿון מיר.
איך בין געװען מער־װײניקער אין דער מיטן.
פֿלעג איך קוקן שטענדיק צו דער מענטש, צו דער
217:00װאַכטמאַן אין דער -- צוריק פֿון מיר, צי ער
קוקט אױף די מענטשן, צי ער קוקט אױף דער ערד.
און אַזױ איז געװען -- ס'איז געװען דאָרטן אַ
טױער אױף יאַבלאָנסקאַ־גאַס, װעלכע איך האָב
געקענט, װײַל דאָרטן האָט געלעבט מײַן
פֿרײַנט פֿאַר דער מלחמה. און אַז מיר זײַנען
געקומען צו דעם טינג [עפּעס], האָב איך אַ קוק
געטאָן אױף דעם װאַכטמאַן פֿון -- צוריק פֿון
מיר, און ער האָט ניט געזען מיר, און איך בין
אַרײַנגעלאָפֿן אין טױער. און װוּ באַהאַלט
מען זיך? װײַל מענטשן דאָרטן -- פּאָליאַקן
לעבן, פֿאַרשײדענע מענטשן, און זײ -- אױב זײ
זעען אַ ייִד װאָס איז אַרײַן, זײ װעלן מיר
אַמװאַרשײַנלעך אַרױסגעבן צו די דײַטשן. האָב
איך געװוּסט אַז ס'איז דאָרטן דאָ אַ קלאָזעט,
218:00אַ אַאוטהאָז. איר פֿאַרשטײט װאָס דאָס איז?
ק"װ: יאָ.
װ"ג: אָקײַ [גוט]. אַ קלאָזעט. בין איך
אַרײַנגעגאַנגען אין קלאָזעט. און ס'איז דאָ
פֿאַרשטענדלעך אַ האָל --
ק"װ: אַ לאָך, יאָ.
װ"ג: -- אין מיטן. בין איך אָפּגעשטאַנען פֿון
דער זײַט. און מײַנע פֿיס זײַנען געװען אין
שמוץ. און איך האָב זיך געהאַלטן צען שעה,
ביזקל ס'איז געװאָרן טונקל. און אַז ס'איז
געװאָרן טונקל, בין איך אַרױסגעקראָכן, און
אָנגעפֿאַנגען גײן צום בריק. אָבער װען -- די
װאַכן זײַנען געװען אין װילנע, און די דײַטשן
פֿלעגן שטענדיק גײן, צװײ מענטשן, מיטן גוס
סטעפּ [גענדזנמאַרש]. איך װײס ניט װי צו זאָגן.
פֿלעג איך לױפֿן, לױפֿן, לױפֿן, און הערן. און
219:00אַז איך פֿלעג דערהערן זײערע טרעפּ, פֿלעג איך
בײַטן מײַן גאַנג -- איך האָב געקענט די שטאָט
גאַנץ גוט, ביזקל איך בין געקומען צו דעם בריק
צו װעלכן -- פֿון װעלכן מע גײט דורך די װיליע.
אָבער דאָרטן איז געװען אַ װאַך. האָב איך
געדאַרפֿט לױפֿן מיט די װיליע, ביזקל איך האָב
געקענט דורכשװימען די װיליע, און אַרױסגײן
אױף דער אַנדערער זײַט. איך בין געװען
אױסגערײניקט פֿון די -- מײַנע פֿיס אין די --
אין די בלאָטע פֿון דעם -- פֿון דעם אַאוטהאָז.
און איך בין אַװעק צוריק אַהױז -- צוריק אַהױז.
דערפֿאַר, איך האָב שטענדיק געזען אַז מײַנע
קינדער זאָלן זײַן -- און מײַנע פּאַציענטן --
פֿלעג איך שטענדיק זאָגן, "לערנט אײַער קינדער
שװימען. זײ דאַרפֿן זײַן גוטע שװימער." װײַל
220:00ס'איז געװען אַ צװײטע געלעגנהײַט אין
איטאַליע נאָך דער מלחמה, װעלכע מײַן פֿרױ --
יעצטיקע פֿרױ און איך זײַנען געװען אױף
לאַגאָ די גאַרדאַ. און איך בין געװען אַ
גוטער שװימער, און מיר זײַנען
אַװעקגעשװוּמען, און ס'איז געװאָרן צוריק אַ
גרױסער שטורעם. און איך האָב -- זי איז געװען
אין באָט [שיפֿל] -- װי זאָגט מען אַ באָט, נו?
ק"װ: ס'איז ניט שיף, נײן?
װ"ג: ניט שיף. אין -- שיפֿעלע -- ניט שיפֿעלע. אין
קאַיאַק -- ניט קאַיאַק. ס'איז ניט געװען אַ
קאַיאַק. ס'איז געװען אַ -- ניט װיכטיק. איר
פֿאַרשטײט אַ באָט, יע. און איך האָב ניט
געקענט דערגרײכן איר. האָב איך געקוקט -- דאָס
איז אַ גרױסער לײק, אַ גרױסע אָזערע. און איך
221:00האָב געדאַרפֿט באַשליסן װעלכע זײַט איך
דאַרף -- איך זאָל שװימען. צו די זײַט, און די --
און ס'האָט מיר אױסגעזען, אַז די -- אײן זײַט
איך געװען אַ ביסעלע נעענטער, װײַל איך האָב
געקענט זען דורכן שטורעם די ברעגן. האָט מיר
דאָס געדױערט דרײַ האַלבע שעה צו שװימען אין
אױסערגעװײנטלעכע כװאַליעס. ביזקל איך בין
אַרױסגעקראָכן אױף אַ װאַנט. און איך האָב
געזען דאָרטן אַ -- געשטאַנען אַ בײַסיקל
[ביציקל]. האָב איך געגנבֿעט די בײַסיקל, און
אַװעקגעלאָפֿן אין פּאָרט, צו זאָגן, אַז זי
איז די אײנציקע קינד צו אירע עלטערן, אַז איך
האָב געלאָזן אין אַ באָט אַ מײדל, און זײ
זאָלן שיקן אַ מאָטאָרבאָט [מאָטאָר־שיפֿל]
222:00צו געפֿינען איר. און איך האָב געזען אַ באָט,
און קײנער איז ניט געװען אין באָט. איז די
געשיכטע געװען -- נאָך דעם שטורעם איז זי
געשטאַנען און זי פֿלעגט -- און זי האָט
געװאָלט -- האָבן געהילף. אײנער האָט
פֿאַרשטאַנען אַז װאַרשײַנלעך זי איז
פֿאַרלאָרן, װײַל זי איז װײַט אין דעם דאָס,
און זי קען -- און זי קאָנטינויִרט צו זאָגן,
װײַזן אַ סימן פֿון שװעריקײטן. האָט ער איר
אַרײַנגענומען, און זי איז געװען אין
מאָטאָרבאָט. איז װען איך האָב געזען די
לײדיקע באָט האָב איך געמײנט אַז איך װעל
שטאַרבן, װײַל איך האָב געמײנט אַז זי איז
פֿאַרלאָרן געװאָרן אין שטורעם. דאָס איז
געװען אַן אַנדער געשיכטע. שױן, נו. געשיכטעס
223:00אָן ענדע.
ק"װ: יאָ. איך װײס. איך מײן אַז עס איז װיכטיק צו
זאָגן, אױב נאָר אין קורצן, װי אַזױ איר זענט
געקומען דאָ, צו װױנען דאָ אין אַמעריקע, און --
אפֿשר אײן מעשׂהלע פֿון איטאַליע װאָס איר
װילט צוגעבן צו דעם.
װ"ג: יע.
ק"װ: װײַל קלאָר קען מען רעדן אַ גאַנץ -- אַ
גאַנצע װאָך װעגן אײַערע --
װ"ג: יאָ, איך פֿאַרשטײ. איך װעל אײַך דערצײלן
אַ קאָמישע זאַך. װען די סאָװיעטן זײַנען
געקומען האָב איך -- ערשטנס װאָלאָנטירט צו
גײן צו קאַמפֿן מיט די סאָװיעטן. איך בין
224:00געװען אַ װאָלאָנטיר. נאַכער האָב איך געביטן
מײַן מײנונג, און נאַכער -- װײַל איך האָב
געזען װאָס טוט זיך אין די סאָװיעטישן -- װאָס
איז געשעט צװשין די סאָװיעטן. און איך האָב
באַשלאָסן אַרױסגײן פֿון רוסלאַנד. בין איך
אַנטלאָפֿן פֿון די סאָװיעטן מיט אַ װאַגאָן
מיט בהמות, װוּ איך בין געזעסן דרײַ טעג. און
אַז זײ פֿלעגן עפֿענען דעם װאַגאָן, פֿלעג איך
מאַכן מײַנע פֿיס פּאַראַלעל צו די בהמות. און
איך בין געפֿאָרן אַזױ ביז ביאַליסטאָק. איך
האָב געהערט "ביאַליסטאָק" איך האָב געװוּסט
אַז איך בין שױן געװען אין פּױלן. בין איך
אַרױסגעגאַנגען, און איך האָב זיך דער --
225:00געמאַכט קאָנטאַקט מיט דער בריחה. בין איך --
זײַנען מיר געפֿאָרן אױף די דאָקומענטן פֿון
די בריחה. דערצײלן אַ קאָמישע מעשׂה אין
פּראַג. יע, אײַ קנאָ [יע, איך װײס]. אַ קאָמישע
געשיכטע אין פּראַג. מיר זײַנען געקומען אין
פּראַג, און אַ פּאָליציאַנט אין דעם רױטן
קרײץ פֿרעגט מיר, "װאָס פֿאַר אַ
נאַציאָנאַליטאַט זײַנען מיר?" זאָג איך --
האָבן מיר געזאָגט -- "מיר זײַנען געװען זעקס
מענטשן. מיר זײַנען גריכן." "אַ", זאָגט ער, "דאָ
איז געװען אַ מענטש פֿון גריכנלאַנד, און ער
האָט געזוכט מענטשן פֿון -- אָ, ער איז דאָ
געװען ניט לאַנג." אין אַ האַלבער שעה ברענגט
ער אונדז דעם גרעכישן מענטשן, װעלכער איז
געװען זײער צופֿרידן זײַנע הײמסמענטשן. און
ער רעדט צו אונדז גריך, און פֿאַרשטענדלעך,
226:00אײנער פֿון אונדז -- ס'איז ניט געװען מי [מיך] --
זאָגט, "מה נשתּנה הלילה הזה." און מיר אַלע
אָנגעפֿאַנגען רעדן עבֿריתּ. און דער מענטש
קוקט אױף אונדז. און מיר זאָגן צום
פּאָליציאַנט, "איך װײס ניט פֿון װאָס ער רעדט.
אָבער ער איז ניט קײן גריק [גריכיש]. מיר
זײַנען גריק." אָבער דו האָסט געדאַרפֿט זײַן
פֿלינק, פֿלינק אױף דײַנע פֿיס. פֿון דאָרטן
האָב איך -- יע, יעדנפֿאַלס -- דאָס איז אַ
קאָמישע געשיכטע. אין רומעניע, מיר זײַנען
געװען אין אַ קיבוץ, דרײַ מאָנאַטן, צו גײן אין
פּאַלעסטינע. און דאָרטן איז דאָ אױך אַ סך
אינטערעסאַנט געשיכטעס, אָבער מיר װעלן ניט --
נעקסטן מאָל איר װעט קומען קײן קאַליפֿאָרניע.
ק"װ: יאָ. און --
װ"ג: נאָר װאָס איך װיל אײַך זאָגן איז, מיר
זײַנען דורכגעגאַנגען פֿון רומעניע -- מיר
227:00האָבן געװאָלט פֿאָרן פֿון קאָנסטאַנץ. האָבן
מיר געטראַכט צו פֿאָרן קײן פּאַלעסטינע.
אָבער די רוסן זײַנען געקומען צו רומעניע.
זײַנען מיר געגאַנגען דורך הונגאַריע --
הונגערן, צוריק צו עסטרײַך, און מיר זײַנען
געקומען אין איטאַליע. פֿאַרשײדענע -- אין
טונעלן דורכגעפֿאָרן מיט -- צו פֿוס, אַ סך
גרענעצן צו פֿוס. אין טונעלן -- אױף באַנען. און
איך פֿלעג שטענדיק מורא האָבן אַז איך װעל
זײַן ביהעדעד [געקעפּט]. איך בין מיר -- פֿלעג
איך זיך שטענדיק אַװעקגלײגן זײער נאָענט
אױפֿן טאָפּ [אױבן] פֿון באַן. אױף דעם דאַך
פֿון דעם באַן, אַז איך זאָל ניט פֿאַרלירן
228:00מײַן קאָפּ גײענדיק פֿון די טונעלן.
יעדנפֿאַלס מיר זײַנען פֿון גראַץ געפֿאָרן
אין טרעװיזאָ. נאָ -- טאַרװיזיע. נאָ, װײט אַ
מינוט [נײן, װאַרט אַ מינוט]. מיר זײַנען
געקומען אױפֿן גרענעץ פֿון עסטרײַך און
איטאַליע. און אין איטאַליע -- אָ, אין עסטרײַך,
זײַנען געװען די סאָלדאַטן פֿון דער
פּאַלעסטינער בריגאַדע. און זײ פֿלעגן
דורכגעשמוגלט די בריחה ב, די מענטשן, די יונגע
229:00קינדער װעלכע פֿלעגן אַרױסגײן פֿון
מיזרח־אײראָפּע צו איטאַליע -- פֿלעגן זײ
דורכשלעפּן אױף זײערע טרוקס [משׂא־אױטאָס].
האָבן זײ אונדז אָנגעטאָן אין בריטישע
מונדירן, װײַל זײ זײַנען געװען אַ חלק פֿון די
בריטישע מיליטער. די פּאַלעסטינער בריגאַדע.
האָבן זײ אונדז אָנגעטאָן אין בריטישע
מונדירן, און מיר האָבן צװאַנציק קינדער אױף
אַ טרוק, און מיר פֿלעגן פּרעטענדירן אַז מיר
שלאָפֿן. איז אַז מיר פֿלעגן קומען אױפֿן
גרענעץ, פֿלעגט ער -- "װעמען האָט איר דאָ?"
פֿלעגט ער אַ קוק טאָן. "דאָס זײַנען אונדזערע
חילים, אונדזערע סאָלדאַטן." פֿלעגט ער קוקן
אַלע פֿאַרמאַטערטע און פֿאַרשלעפֿערדיק.
230:00און אַזױ זײַנען מיר דורכגעגאַנגען פֿון
עסטרײַך קײן איטאַליע. פֿון איטאַליע, אין
איטאַליע, פֿון טאַרװיסיאָ -- איך גלײב אַז
דאָס איז געװען טאַרװיסיאָ. אָ --
קלאַגענפֿורט איז געװען אין עסטרײַך. פֿון
קלאַגענפֿורט פֿלעגן מיר פֿאָרן נעענטער צום
גרענעץ. אָבער איך געדענק ניט -- גראַץ,
פֿילײַכט דאָס איז געװען גראַץ. פֿון גראַץ צו
טאַרװיסיאָ, און פֿון טאַרװיסיאָ אין מעסטרע.
מעסטרע איז לעבן װענעציע. און דאָרטן איז
געװען אַ קעמפּ, אַ דורכגאַנגס־קאַמפּ, אַ
זומערדיקע קאַמפּ, און פֿון דאָרטן איז געװען
-- פֿלעגט מען גײן אין דעם גרױסן קאַמפּ אין
מאָדענאַ. און פֿון מאָדענאַ זײַנען מיר
231:00געװען טראַנספּאָרטירט צו מעסטרע, װעלכע איז
ניט װײַט -- נאָ [נײן], פֿון מעסטרע קײן אָסטיאַ.
דאָס איז געװען אױף מערבֿ פֿון רױם. און
דאָרטן האָבן מיר געהאַט אַ קיבוץ, צוגרײטן
זיך צו גײן קײן פּאַלעסטינע. אָבער איך האָב
באַשלאָסן אַז איך װיל לערנען מעדיצין. און
מײַן פֿאָטער האָט מיר געזאָגט, אַז ס'איז
ניטאָ קײן אַנאַטאָמישע אינסטיטוט אין
פּאַלעסטינע צוליב די פֿרומע -- צוליב די
פֿרומע ייִדן, װעלכע זײַנען קעגן
אָטאָפּאָסיעס. אַלזאָ אַרום זאָל איך בלײַבן
אין איטאַליע די ערשטע צװײ יאָר ביזקל איך קען
איבערגעבן -- דורכגײן דעם אינסטיטוט פֿון
אַנאַטאָמיע. און נאַכער איז דאָ אַ סך פּרטים
232:00װעלכע איך קען אײַך דערצײלן -- זײער אַ סך
פּרטים װעל איך אײַך -- װײַל דאָס איז געװען --
האָב איך געפֿרעגט די מענטשן פֿון די קיבוצים,
צי איך קען זײַן אין קיבוץ צװײ יאָר ביזקל איך
װעל ענדיקן מײַן מעדעצינישע -- אַנאַטאָמיע
דאָ, און נאַכער װעל איך גײן עליה מיט די
אַנדערע. האָבן זײ געטראַכט װעגן דעם. זײ
האָבן געהאַט אַ קאָנסיליום צװישן די
מאַנאַדזשמענט [אַדמיניסטראַציע] פֿון דעם
קיבוץ, און געזאָגט, נײן, דאָס קען איך ניט
טאָן. אָדער איך בין אַ מיטגליד פֿון קיבוץ
װעלכער פֿאָרט צוזאַמען מיט זײ, און אױב איך
װיל שטודירן צװײ יאָר דאָ, בין איך אַלײן. בין
איך געװאָרן אַלײן, און איך בין אַװעק צום
233:00ייִװאָ, ייִדישן דזשאָינט קאָמיטי [קאָמיטעט]
אין רױם פֿאַר -- צי איך האָב געקענט האָבן אַ
סקאָלאַרשיפּ [סטיפּענדיִע]. צען דאָלאַר,
האָב איך געקענט דורכלעבן אַ מאָנאַט. זאָגן
מיר, יע, זײ גיבן אַ סקאָלאַרשיפּ. "װאָס
װילסטו שטודירן?" "מעדיצין." אַ, נאָ [נײן].
מעדיצין גיבן זײ ניט קײן סקאָלאַרשיפּ. "קענסט
שטודירן כעמיע, אינזשענעריע, קען טאַנצן,
זינגען, װאָס דו װילסט -- אַריכטעקטור, בוט
[אָבער] ניט מעדיצין. מיר דאַרפֿן ניט האָבן
מעדיקער אין פּאַלעסטינע."
ק"װ: צו פֿיל שױן?
װ"ג: יע, צו פֿיל. זײ זאָגן, "זײ זיצן אין קיבוץ!"
זאָג איך, "אַ גרױסן דאַנק אײַך, װעל איך --
אָבער דאָס װאָס איך האָב אַ נדר געטאָן אַז
איך װעל שטודירן. דאָס איז װאָס איך װעל
שטודירן." בין איך אַװעק אין ייִדישע געמײַנדע
-- קהילה אין רױם. און איך האָב געזאָגט, "קען
איך לערנען עבֿריתּ? איך קען זײַן אַ היברו
טיטטשער [לערער פֿון עבֿריתּ]." האָב איך
234:00געמאַכט אַ געשעפֿט מיט היברו טיטטשינג
[לערנען עבֿריתּ] אין געמײַנדע. און איך האָב
דאָך ניט געקענט קײן איטאַליעניש. האָב איך
געפֿונען אַן איטאַליענער װעלכער האָט
געװאָלט לערענן רוסיש. האָב איך אים געלערנט
רוסיש, און ער האָט געלערנט -- ער האָט מיר
געלערנט איטאַליאַן [איטאַליעניש]. איז דאָס
איז געװען אַ ביסל -- אָבער איטאַליענער
זײַנען פֿוני פּיפּל [קאָמישע לײַט]. װיל איך
אײַך דערצײלן אַן אמתן געשיכטע -- אַן אמתן
מעשׂה, אָבער. מיר פֿלעגן זיך דאַרפֿן טרעפֿן
צען אַ זײגער אין דער פֿרי, איך זאָל אים קענען
לערנען רוסיש, און ער זאָל קענען מיר לערנען
איטאַליעניש. װאַרט איך צען אַ צײגער. פֿלעגט
ער קומען עלף אַ זײגער, אַ מאָל. אײן מאָל קומט
ער אײנס אַ זײגער. איך האָב געמײנט אַז ער װעט
שױן מער ניט קומען. זאָגט ער, "אָ,קויִ סע
דזשאַ? יו אַר אַלרעדי היר? דו ביסט שױן דאָ?"
235:00אַז מיר האָבן אָפּגערעדט אױף צען אַ זײגער.
אײנס אַ זײגער איז ער געקומען, "אָ, דו ביסט שױן
דאָ?" אָט דאָס איז די איטאַליענישע נאַטור.
ק"װ: אָבער איר האָט פֿריִער געזאָגט, אַז זײ
האָבן אײַך זײער גוט גענומען און געהאָלפֿן --
װ"ג: די איטאַליענער? אױסערגעװײנטלעך -- אָ, איך
קען אײַך דערצײלן אַזױ פֿיל געשיכטעס װעגן די
איטאַליענער. דאָס װעט באמת --
אױסערגעװײנטלעכע מענטשן. איך בין געװאָרן דער
סעקרעטאַר -- אָ, איך װעל אײַך באַװײַזן טאַקע.
איך בין געװען דער סעקרעטאַר פֿון די
איטאַלינישע -- פֿון די ייִדישע סטודענטן --
שארית־הפּליטה, די װעלכע האָבן איבערגעלעבט
דעם שואה. איך בין געװען אײן מענטש. אָבער איך
בין געװען דער סעקרעטאַר פֿון דער
אָרגאַניזאַציע. איך האָב טאַקע צוגעגרײט אַ
פֿאָטאָגראַפֿיע -- איך װעל אײַך באַװײַזן אַ
פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דעם. פֿון אַ אָנדע--
236:00מודעה אין דעם ייִדישן זשורנאַל פֿון די
פּליטים װעלכע האָבן געלעבט אין איטאַליע.
דאָס װעט זײַן אינטערעסאַנט אײַך. און מיר
האָבן געמאַכט אַ סטודענטן־האָם [הײם] אין
טאָרינאָ. טאַקע דער מענטנש װאָס האָט
דורכגעלעבט דאַכאַו, װעלכער איז געקומען מיט
מיר קײן איטאַליע. דאָס איז אױך אַ לאַנגע
געשיכטע. ס'איז אַ װיכטיקע געשיכטע אָבער דאָס
װעט נעמען צו -- דזשאַק בראַאון, און ער איז
געװען -- און ער איז געפֿאָרן מיט מיר פֿון
בודאַפּעסט ביז איטאַליע. און פֿון איטאַליע
ביז ניו־יאָרק. פֿון ניו־יאָרק איז ער
געקומען אין לאַ פּוענטע מיט מיר. ער איז
געגנאַגען מיט מיר פֿון אָנפֿאַנג ביז דער
237:00ענדע. ער איז געשטאָרבן מיט אַכט מאָנאַטן
צוריק. ער איז געװען אַ כירורג און מײַן זײער
נאָענטער פֿרײַנד. און דער נאָענסטער פֿרײַנד
-- און מיט אים האָב איך גערעדט ענגליש, אָדער
איטאַליעניש, אָדער עבֿריתּ, אױב מיר האָבן
געװאָלט -- אָדער העברעיִש, אױב מיר האָבן ניט
געװאָלט, קײנער זאָל ניט װיסן.
ק"װ: אַז --
װ"ג: אָבער מײַן נאָענסטער פֿרײַנד איז געװען
-- איז געװען קאַגאַן, יע. ער איז געשטאָרבן מיט
-- פֿאַר אַ יאָרן. ער איז געװען דער אײניקער
מענטש װאָס -- מיט װעלכן איך האָב געקענעט רעדן
ייִדיש. און ער איז געװען אַ מיטגלידער פֿון
אַבא קאָװנערס אַטריאַד, פֿון זײַן יוניט
238:00[אָפּטײל]. געװען אַ נאָענטער פֿרײַנד פֿון
אַבא קאָװנער. און זײַן פֿרױ איז געװען באמת
אַ גיבור פֿון דעם שואה. װאָס זי האָט געאָטן
איז אַבסאָלוט אוממעגלעך צו דערשרײַבן. זי
איז געװען בלאָנד, מיט בלױע אױגן. זי האָט -- זי
איז -- פֿלעגט גײן אַלס אַ פּױלישע שיקסע --
מײדל. און זי פֿלעגט ברענגען געװער אין געטאָ,
און פֿלעגט אַרױסנעמען יונגע מענטשן פֿון
געטאָ צו די פּאַרטיזאַנער. און זי האָט
געמאַכט פֿיל גערײַזעס פֿון פּאַרטיזאַנער
צום געטאָ, און פֿון געטאָ צו די
פּאַרטיזאַנער. דאָס איז -- זײער
אינטערעסאַנטע געשיכטעס װעגן דינה קאַגאַן.
און ער איז געװען אַראָנטשיק קאַגאַן. אַהרון
קאַגאַן. און ער איז געװען אַ נאָענטער
239:00פֿרײַנד פֿון אַבא קאָװנער. אַלזאָ אַרום
דאָס איז -- דאָ מאַטעריאַל און געשיכטעס אָן
אַן ענד. אָבער --
ק"װ: האָט איר גערעדט מיט די קינדער װעגן דעם?
װ"ג: אָ, יע. איר פֿאַרשטײט -- אַ סך מענטשן
האָבן ניט גערעדט װעגן זײער -- װעגן זײער עבֿר,
װעגן זײער --
ק"װ: איבערלעבונגען --
װ"ג: -- איבערלעבונגען צו די קינדער. מיר האָבן
זײער פֿרײַ גערעדט װעגן דעם. װײַל מיר האָבן
ניט געהאַט קײן סך צו באַהאַלטן, אַזױ צו
זאָגן. מיר האָבן ניט געהרגעט קריסטלעכע
קינדער. זײ האָבן געהרגעט אונדזערע קינדער.
איז אונדזער פֿילאָסאָפֿיע געװען צו טײלן זיך
240:00מיט די קינדער. איך האָב געגלײבט אַז דאָס איז
געװען אַ ריכטיקע צוגאַנג. אָבער מײַן
טאָכטער פֿלעגט מיר זאָגן, אַז זי פֿלעגט
האָבן חלומס װעגן אַזױנע געשיכטעס. און דאָ
איז דאָ נאָך אַן אַנדער געשיכטע. װײַטער אַ
לאַנגע געשיכטע. אײנער פֿון אונדזערע -- מײַנע
גרעסטע פֿרײַנט. איך קען אײַך באַװײַזן זײַן
פֿאָטאָגראַפֿיע. אַז ער איז געקומען -- ער איז
געװען אױך אַ שומר־הצעיר מעמבער [מיטגליד].
און אַז ער איז געקומען קײן אַמעריקע האָט ער
באַשלאָסן איבערגײן אױף קריסטלעכע -- אױף
קריסטלעכע רעליגיע. און ער האָט ניט געװאָלט
װיסן -- ער האָט ניט געװאָלט אַז זײַנע קינדער
זאָלן װילן ביזקל זײ ערװאַקסן אַז זײ זײַנען --
241:00און זײַן פֿרױ איז אױך אַן אַמעריקאַנער
ייִדישע פֿרױ. ער איז געװען אַ פּאַטאָלאָג.
ער איז געװען מיט אונדז אין מעדיצינישן
פֿאַלקוטעט אין איטאַליע. ער איז געװען צװײ
יאָר עלטער פֿון אונדז. און זי איז געװען אַ
נורס [קראַנקנשװעסטער] אין ניו־יאָרק, און זײ
האָבן פֿאַרהײראַט. און אַז זײ פֿלעגן גײן אױף
אַ רײַזע האָבן זײ -- פֿלעגן זײ -- זײַנען מיר
געװען די מענטשן װעלכע האָבן גענומען זײערע
קינדער צו לעבן מיט אונדזערע. אָבער אונדזערע
קינדער האָבן געװוּסט אַז זײ זײַנען קריסטן.
און זײ האָבן פֿלעגן שטענדיק װיסן, אַז אױב די
קריסטן -- אױב עס װעט זײַן אַ פּאָגראָם אין
אַמעריקע, װעלן מיר גײן צו זײ, װײַל זײ זײַנען
קריסטן. און דאָ איז דאָ אױך אַן
אינטערעסאַנטער מאָמענט. אָבער מיר -- עס איז --
242:00עס פֿאַרנעמט פֿיל צײַט. נאָר דאָס איז זײער
אַן אינטערעסאַנטער מאָמעמט --
ק"װ: איך האָב נאָר אַ פּאָר מינוט אױף דער
קאַרטל, אַז --
װ"ג: אַ פּאָר מינוט װאָס?
ק"װ: ביז דער ענדע פֿון דער --
װ"ג: אַהאַ, יע. איך מײן אַז דאָס זײַנען באמת
װיכטיקע זאַכן, אָבער די צײַט איז באַגרענעצט,
פֿאַרשטענדלעך. איך פֿאַרשטײ דאָס.
ק"װ: אַז -- איך האָב -- איך װײס אַז ניט װי אַזױ
דאָס צו מאַכן אַ סוף. אָבער איך האָב יאָ
געװאָלט צוריקגײן צו --
װ"ג: איך װיל אײַך זאָגן אײן זאַך. איך האָב
געהאַט -- נאָך דער מלחמה האָב איך געהאַט אַ
פּסיכאָלאָגיע פֿון אַ מענטש װעלכער האָט
243:00איבערגעלעבט די שואה. איז די ערשטע זאַך האָב
איך געװאָלט האָבן אַ נאָסטאָפֿיקאַציע
[פּױליש: הודעה] פֿון מײַן דיפּלאָם. אַ
לײַסענס [ליצענץ] אין ניו־יאָרק. טאָמער --
אָקײַ. אָבער די צװײטע זאַך האָב איך געװאָלט
האָבן אַ לײַסענס אין קאַליפֿאָרניע. פֿאַר
װאָס? אױב די דײַטשן קומען אין ניו־יאָרק, װעל
איך פֿליִען אין קאַליפֿאָרניע, און איך װיל
האָבן אַ לײַסענס אין קאַליפֿאָרניע. אױב די
יאַפּאַנער קומען אין קאַליפֿאָרניע, װיל איך
האָבן אַ לײַסענס אין ניו־יאָרק. דאָס איז
געװען מײַן פּסיכאָלאָגיע. דאָס -- פֿאַר דעם
האָב איך גענומען ספּעציעלע קורסן אין
אַקושעריע, און איך האָב צוגענומען צװײ טױזנט
פֿינף הונדערט געבורטן דאָ אין מײַן שטעטל
און אומגעגנט אין קאַליפֿאָרניע, װײַל איך
האָב געהאַט אַ ספּעציעלע טרײנונג אין
244:00אָבסטעטריקס [אָבסטעטריק], װײַל איך האָב זיך
פֿאָרגעשטעלט, אַז איך װעל זײַן -- איך האָב
געזען די פֿילמען אין פּױלן -- אַז איך װעל
זײַן אין די "װײַלד װעסט [װילדער מערבֿ]". װעל
איך פֿאָרן אױף אַ פֿערד אין אַ -- צו געפֿינען
אַ פֿרױ אין קימפּעט, בכדי איך זאָל איר
דאַרפֿן אָפּנעמען דאָס קינד. דערפֿאַר האָב
איך גענומען ספּעציעלע טרײנינג
[פּראָפֿעסיאָנעלע צוגרײטונג] אין כירורגיע,
אין אָבסטעטריקס, אין פֿאַרשײדענע -- פֿעלדן
פֿון מעדיצין. אָרטאָפּעדיקס [אָרטאָפּעדיק]
-- מענטשן דאַרפֿן ברעכן די האַנט, אַ פֿוס --
האָב איך דאָס געטאָן בײַ די צװײ און זעכציק
245:00יאָר װאָס איך האָב געלעבט -- געטאָן מעדיצין
אין אַמעריקע. און איך װאָלט ממשיך געװען,
נאָר איך האָב געדאַרפֿט זײַן -- צו -- אין הױז
װײַל צוליב דאָס געזונט פֿון מײַן פֿרױ האָב
איך געעדניקט. און איך האָב דאָס ניט -- אין די
לעצטע יאָרן האָב איך דאָס ניט געטאָן צוליב
געלט. דאָס האָט קײן מאָל ניט געקומען אין --
מײַנע קינדער זײַנען אױסגעװאַקסן. זײ זײַנען
אױסגעבילדעט. זײ זײַנען אַלע אין מעדיצין. מיר
האָבן אַ הױז. מיר האָבן גענוג צום לעבן. װאָס
דאַרף איך האָבן מאָר [מער] געלט? איך דאַרף
קײן געלט ניט האָבן. איז -- אַזױ איז דאָס. דאָס
האָב איך אײַך געװאָלט זאָגן, אַז דאָס איז
װיכטיק, יע.
ק"װ: איך װיל אײַך -- אײדער מיר ענדן -- זאָגן אַ
האַרציקן דאַנק װײַל -- מיר איז געװען אַ
246:00כּבֿוד צו הערן אַלצדינג פֿון אײַך. און איך
דאַנק אײַך.
װ"ג: איך דאַנק אײַך צו קומען צו דעם װילדן
װעסט -- טאָ דע װײַלד װעסט -- צו געפֿינען אַ
שארית־הפּליטה, אַ מענטש פֿון אַ שטעטל, פֿון
אַ דאָרף לעבן נעמענטשין.
ק"װ: יאָ.
2
1